טרעבלינקע [Treblinka] [Transliteration]

Songs   2024-12-28 16:10:50

טרעבלינקע [Treblinka] [Transliteration]

אין אַ קלײן שטעטל גאַנץ מאָרגן פֿאַרטאָג

עס הערט זיך אַ געיאָמער אַ געװײן אין אַ קלאָג

מענטשן האַלב־נאַקעט, פֿון די בעטן אַרױס

ייׅדן טרײַבט מען צו די באַן אַרױס.

נישט בַשרײַבן קען די פֿעדער

װי עס דרײען זיך די רעדער!

די װאַגאָנעס זײַנען פֿיל,

דאָרט פֿירט די ייׅדן אױף קידוש השם

נאָך טרעבלינקע.

און אונדזערע ברידער פֿון יענער זײַט ים

זײ װעלן נישט װײסן דעם ביטערן טעם,

זײ קענען נישט װיסן די ביטערע נױט

אַז יעדן טאָג דערװאָרטעט אונדז דער טױט.

די מלחמה װעט אױך אַמאָל נעמען אַן עק,

די װעלט װעט אַרומנעמען אַ גרױזאַמען שרעק

אומגעפֿילט מיט װײטיק דאָס ייׅדישע הערץ,

װער קען פֿאַרשטײן אונדזערען שמערץ

טײַכן טרערן װעלן רינען

אָז מען װעט אַמאָל געפֿינען

דעם גרעסטן קבֿר אױף דער װעלט:

דאַרט ליגן מיליאָנען אױף קידוש השם

אין טרעבלינקע.

Sara Bialas more
  • country:Germany, Israel, Poland
  • Languages:Yiddish
  • Genre:Folk
  • Official site:https://www.hentrichhentrich.de/author-sara-bialas.html
  • Wiki:https://savethemusic.com/artist/sara-bialas-tenenberg/
Sara Bialas Lyrics more
Excellent Songs recommendation
Popular Songs
Artists
Songs