געזאַנג פֿון אַ יידישן דיכטער אין 1943 [Gezang fun a yidishn dikhter in 1943] lyrics

Songs   2024-11-23 04:03:35

געזאַנג פֿון אַ יידישן דיכטער אין 1943 [Gezang fun a yidishn dikhter in 1943] lyrics

צי בין איך דער לעצטער פּאָעט אין אייראָפּע?

צי זינג איך פֿאַר מתֿים, צי זינג איך פֿאַר קראָען?

איך טרינק זיך אין פֿײַער, אין זומפּן, אין ראָפּע,

געפֿאַנגען פֿון געלע, געלאַטעטע שעהען.

כ׳צעבײַס מײַנע שעהען מיט חײשע ציינער

געשטאַרקט פֿון מײַן מאַמעס אַ טרער. דורכן טראָפּן

דערזע איך ס׳מיליאָניקע האַרץ, פֿון די ביינער,

וואָס יאָגן צו מיר פֿון דער ערד אין גאַלאָפּן.

איך בין דאָס מיליאָניקע האַרץ! בין דער היטער

פֿון זייערע איבערגעלאָזטע ניגונים.

און גאָט וואָס דער מענטש האָט פֿאַרברענט זײַנע גיטער,

באַהאַלט זיך אין מיר, ווי די זון אין אַ ברונעם.

זײַ אָפֿן, מײַן האַרץ! און פֿאַרנעם ווי עס שפּראָצן

געהייליקטע שעהען אין צוקונפֿטס מחשבֿה.

פֿאַרגיכער, פֿאַראײַל זייער מאַכטיקן רצון,

און זײַ אין דײַן צער זייער אָנזאָגער, נבֿיא.

און זינג פֿון די זומפּן, און זינג פֿון דער נידער,

ביז וואַנען עס לעבט נאָך אַ טרער פֿון דער מאַמען!

דערהערן דײַן קול זאָלן ביינערנע ברידער,

די בראַנדיקע געטאָ, און ס׳פֿאָלק הינטער ימען

ווילנער געטאָ, יוני 1943

Abraham Sutzkever more
  • country:Lithuania
  • Languages:Yiddish
  • Genre:Poetry
  • Official site:
  • Wiki:https://en.wikipedia.org/wiki/Abraham_Sutzkever
Abraham Sutzkever Lyrics more
Abraham Sutzkever Also Performed Pyrics more
Excellent Songs recommendation
Popular Songs
Artists
Songs