רבקהלע די שבתדיקע [Rivkele di shabesdike] [German translation]

Songs   2024-12-01 14:59:51

רבקהלע די שבתדיקע [Rivkele di shabesdike] [German translation]

רבקהלע די שבתדיקע, אַרבעט אין פֿאַבריק,

דרייט אַ פֿאָדעם צו אַ פֿאָדעם, פֿלעכט צונויף אַ שטריק.

אוי די געטאָ פֿינצטערע, דויערט שוין צו לאַנג,

און דאָס האַרץ אַזוי פֿאַרקלעמט, טוט איר אַזוי באַנג.

איר געטרייַער הערשעלע איז אַוועק, נישטאָ,

זינט פֿון יענעם שבת אָן, זינט פֿון יענער שעה.

איז פֿאַרטרויערט רבקהלע, יאָמערט טאָג און נאַכט,

און אַצינד בייַם רעדעלע זיצט זיך און טראַכט.

ווו איז ער, מייַן ליבינקער, לעבט ער נאָך כאָטש ווו?

הפֿשער אין אַ קאָנצנטראַציע-לאַגער, אַרבעט שווער אָן רו?

אוי, ווי פֿינצטער איז אים דאָרט, ביטער איז איר דאָ!

זינט פֿון יענעם שבת אָן, זינט פֿון יענער שעה.

אוי, ווי פֿינצטער איז אים דאָרט, ביטער איז איר דאָ!

זינט פֿון יענעם שבת אָן, זינט פֿון יענער שעה.

רבקהלע די שבתדיקע, אַרבעט אין פֿאַבריק,

דרייט אַ פֿאָדעם צו אַ פֿאָדעם, פֿלעכט צונויף אַ שטריק.

אוי די געטאָ פֿינצטערע, דויערט שוין צו לאַנג,

און דאָס האַרץ אַזוי פֿאַרקלעמט, טוט איר אַזוי באַנג

Paysakh Kaplan more
  • country:Poland
  • Languages:Yiddish
  • Genre:
  • Official site:https://www.antiwarsongs.org/artista.php?id=1512&lang=en&rif=1
  • Wiki:https://he.wikipedia.org/wiki/%D7%A4%D7%A1%D7%97_%D7%A7%D7%A4%D7%9C%D7%9F
Paysakh Kaplan Lyrics more
Excellent Songs recommendation
Popular Songs
Artists
Songs