א וואָגן שיך [A Vogn Shikh] [English translation]

Songs   2024-07-04 14:57:15

א וואָגן שיך [A Vogn Shikh] [English translation]

די רעדער יאָגן, יאָגן

וואָס ברענגען זיי מיט זיך?

זיי ברענגען מיר אַ וואָגן

מיט צאַפּלענדיקע שיך.

דער וואָגן ווי אַ חופּה

אין אָוונטיקן גלאַנץ

די שיך — אַ פֿולע קופּע

ווי מענטשן אין אַ טאַנץ

אַ חתונה, אַ יום-טוב ?

צי האָט מיך ווער פֿאַרבלענדט?

די שיך — אַזוינע נאָענטע

אויף ס’נײַ איך האָב דערקענט.

עס קלאַפּן די אָפּצאַסן:

וווּהין, וווּהין, וווּהין?

פֿון אַלטע ווילנער גאַסן

מע טרײַבט אונדז קיין בערלין.

איך דאַרף ניט פֿרעגן וועמעס

נאָר ס’טוט אין האַרץ אַ ריס :

אָ, זאָגט מיר, שיך, דעם אמת ,

וווּ זענען זיי די פֿיס?

די פֿיס פֿון יענע טופֿל

מיט קנעפּלעך ווי טוי,

און דאָ — וווּ איז דאָס גופֿל,

און דאָרט וווּ איז די פֿרוי?

אין קינדערשיך אין אַלע

וואָס זע איך ניט קיין קינד?

וואָס טוט ניט אָן די כּלה

די שיכעלעך אַצינד ?

דורך קינדערשיך און שקראַבעס

כ’דערקען מײַן מאַמעס שיך!

זי פֿלעגט זיי בלויז אויף שבת

אַרויפֿציִען אויף זיך.

און ס’קלאַפּן די אָפּצאַסן:

וווּהין, וווּהין, וווּהין?

פֿון אַלטע ווילנער גאַסן

מע טרײַבט אונדז קיין בערלין.

Abraham Sutzkever more
  • country:Lithuania
  • Languages:Yiddish
  • Genre:Poetry
  • Official site:
  • Wiki:https://en.wikipedia.org/wiki/Abraham_Sutzkever
Abraham Sutzkever Lyrics more
Abraham Sutzkever Also Performed Pyrics more
Excellent Songs recommendation
Popular Songs
Artists
Songs