א. זינג! [a. zing!] [German translation]

Songs   2024-07-02 20:42:11

א. זינג! [a. zing!] [German translation]

"זינג! נעם דיין האַרף אין האַנט, הויל, אויסגעהוילט און גרינג,

אויף זיינע סטרונעס דין וואַרף דיינע פינגער שווער,

ווי הערצער, ווי צעווייטיקטע, דאָס ליד דאָס לעצטע זינג,

זינג פון די לעצטע יידן אויף אייראָפּעס ערד."

-װי קען איך זינגען? ווי קען איך עפענען מיין מויל,

אַז איך בין געבליבן איינער נאָר אַליין -

מיין ווייב און מיינע עופהלעך די צוויי - אַ גרויל!

מיך גרוילט אַ גרויל... מע וויינט! איך הער ווייט אַ געוויין -

"זינג, זינג! הייב אויף צעווייטיקט און געבראָכן הויך דיין שטים,

זוך! זוך אים אויף דאָרט אויבן, אויב ער איז נאָך דאָ -

און זינג אים... זינג דאָס לעצטע ליד פון לעצטן יידן אים,

געלעבט, געשטאָרבן, נישט באַגראָבן און נישטאָ..."

-ווי קען איך זינגען? ווי קען איך אויפהויבן מיין קאָפּ?

מיין ווייב אַוועקגעפירט, און מיין בנציונקען און יאָמעלען - אַ קינד -

איך האָב זיי ניט ביי מיר דאָ, און זיי לאָזן מיך ניט אָפּ!

אָ שאָטנס פינצטערע פון מיינע ליכטיקסטע, אָ שאָטנס קאַלט און בלינד!

"זינג, זינג לעצטן מאָל נאָך דאָ אויף דר́ערד, פאַרװאַרף

דיין קאָפּ אַהינטער, פאַרגלײז די אויגן אין אים שווער

און זינג אַ לעצטן מאָל אים, שפּיל אויס אים אויף דיין האַרף:

ניטאָ שוין מער קיין יידן! אויסגעהרגעט און ניטאָ זיי מער!"

- װי קען איך זינגען? ווי קען די אויגן איך פאַרגלייזט

אין קאָפּ אין מיינעם הויבן? אַ טרער פאַרגליווערט האָט

פאַרקליבן זיך אין אויג מיר... זי רייסט זיך, רייסט

פון אויג אַרויס זיך - און זי קען ניט פאַלן... גאָט, מיין גאָט!

"זינג, זינג, הויב אויף צו הימלען הויך און בלינד דיין בליק,

ווי ס́װאָלט געווען אַ גאָט דאָרט אין די הימלען... ווינק אים, ווינק -

ווי ס́וואָלט געשיינט, געלויכטן אונדז נאָך דאָרטן גרויס אַ גליק!

זיץ אויף די חורבות פון דעם אויסגעהרגעטן פון פאָלק און זינג!"

-ווי קען איך זינגען - אַז ס́איז די וועלט מיר וויסט?

ווי קען איך שפּילן מיט פאַרבראָכענע מיט הענט?

װאו זענען מיינע טויטע? איך זוך די טויטע מיינע, גאָט, אין יעדן מיסט,

אין יעדן בערגל אַש: - אָ, זאָגט מיר וואו איר זענט?

שרייט אַרויס פון יעדן זאַמד, פון אונטער יעדן שטיין,

פון אַלע שטויבן שרייט, פון אַלע פלאַמען, פון יעדן רויך -

ס́איז אייער בלוט און זאַפט, עס איז דער מאַרך פון אייער ביין,

ס́איז אייער לייב און לעבן! שרייט אַרויס, שרייט הויך!

שרייט אַרויס פון חיות־אינגעװייד אין װאַלד, פון פיש אין טייך -

זיי האָבן אייך געגעסן. שרייט פון קאַלכאויוונס, שרייט קליין און גרויס,

איך װיל אַ גוואַלד, אַ ווייגעשריי, אַ קול, איך וויל אַ קול פון אייך,

שריי, אויסגעהרגעט יידיש פאָלק, שריי, שריי אַרויס!

ניט שריי צום הימל, ער הערט דיך װי די ערד, דער הויפן מיסט,

שריי ניט צו דער זון, ניט רייד צום לאָמפּ... אָך, װען איך קען

פאַרלעשן זי, ווי מען פאַרלעשט אַ לאָמפּ אין רוצחים־הייל דאָ וויסט!

מיין פאָלק, האָסט מער געלויכטן! ביסט ליכטיקער געווען!

אָ ווייז זיך מיר, מיין פאָלק, באַװייז זיך, שטרעק די הענט

אַרויס פון גריבער טיף און מיילן־לאַנג און אָנגעפּראָפּט געדיכט,

שיכט אונטער שיכט, מיט קאַלך באַגאָסן און פאַרברענט,

אַרויף! אַרויף! שטייגט פון דער אונטערשטער, דער טיפסטער שיכט!

קומט אַלע פון טרעבלינקי, פון סאָװיבאָר, פון אָשווענטשים,

פון בעלזשיץ קומט, קומט פון פּאָנאַרי און פון נאָך, פון נאָך, פון נאָך!

מיט אויגן אויפגעריסן, פאַרגליווערט אַ געשריי, אַ גוואַלד און אָן אַ שטים,

פון זומפּן קומט, פון בלאָטעס איינגעזונקען טיף, פון פוילן מאָך -

קומט, געטריקנטע, צעמאָלענע, צעריבענע, קומט, שטעלט זיך אויס,

אין אַ קאַראָהאָד, אַ ראָד אַ גרויסן אַרום מיר, איין גרויסע רייף -

זיידעס, באָבעס, מאַמעס מיט די קינדערלעך אין שויס -

קומט, ביינער יידישע פון פּראָשקעס, פון שטיקלעך זייף.

ווייזט מיר, באַװייזט זיך אַלע מיר, קומט אַלע, קומט,

איך וויל אייך אַלע זען, איך וויל אייך אָנקוקן, איך וויל

אויף מיין פאָלק, מיין אויסגעהרגעטן, אַ קוק טאָן שטום, פאַרשטומט -

און איך וועל זינגען... יאָ... אַהער די האַרף - איך שפּיל!

  • Artist:Itzhak Katzenelson
  • Album:דאָס ליד פונעם אױסגעהרגעטן ײדישן פאָלק
Itzhak Katzenelson more
  • country:Poland
  • Languages:Yiddish, Hebrew, English
  • Genre:Poetry
  • Official site:
  • Wiki:https://en.wikipedia.org/wiki/Itzhak_Katzenelson
Itzhak Katzenelson Lyrics more
Excellent Songs recommendation
Popular Songs
Artists
Songs