אַ זוניקער שטראַל [A zuniker shtral] lyrics

Songs   2024-11-26 23:03:52

אַ זוניקער שטראַל [A zuniker shtral] lyrics

אַ זוניקער שטראַל איז אַרויף אויף מייַן בעט,

פון ליבינקען פרילינג דער ערשטער שטאַפעט,

און צערטלעך גענומען מיך וועקן,

שטיי אויף, מענטש, עס טאָגט שוין,

דער האָן האָט שוין געקרייט !

דער פרילינג, דער מלך פון ליבע און פרייד,

ער קומט אָן פון אַלע פיר עקן . . .

שטיי אויף – מענטש ! עס טאָגט שוין –

דער שטראַל צו מיר רעדט –

און וואַרעם – מיט ליבע מיך צערטלט און גלעט,

אַרויס גיין, פאַרשפּרייט די ידיעה,

ס׳וועט באַלד און גיך קומען אויף וואַלד און פעלד,

אויף אַלע מין פייגל, אויף מענטש און אויף וועלט,

די לאַנג שוין דערוואַרטע ישועה.

שטיי אויף – מענטש, עס טאָגט שוין,

דער שטראַל צו מיר רעדט —

און וואַרעם – מיט ליבע מיך צערטלט און גלעט,

דער פרילינג, דער אָנזוג פון פרידן,

באַלד וועט זייַן בליק זיך צעבליִען דאָס פעלד

און ליכטיק און פרייַ וועט באַלד ווערן די וועלט –

פאר אַלע ! און אויך פאר אייַך ייִדן !

Mordechai Gebirtig more
  • country:Poland
  • Languages:Yiddish
  • Genre:Poetry, Singer-songwriter
  • Official site:
  • Wiki:http://en.wikipedia.org/wiki/Mordechai_Gebirtig
Mordechai Gebirtig Lyrics more
Mordechai Gebirtig Featuring Lyrics more
Mordechai Gebirtig Also Performed Pyrics more
Excellent Songs recommendation
Popular Songs
Artists
Songs