בלײַב געזונט מיר, קראָקע! [Blayb gezunt mir, Kroke!] lyrics

Songs   2024-07-08 03:42:08

בלײַב געזונט מיר, קראָקע! [Blayb gezunt mir, Kroke!] lyrics

בלײַב געזונט מיר, קראָקע!

בלײַב־זשע מיר געזונט.

ס'װאַרט די פֿור געשפּאַנט שױן פֿאַר מײַן הװז.

ס'טרײַבט דער װילדער שׂונא װי מען טרײַבט אַ הונט

מיט אכזריות מיך פֿון דיר אַרױס.

בלײַב געזונט מיר, קראָקע!

איך זײ דיך אפֿשר הײַנט

ס'לעצטע מאָל מיט אַלץ װאָס ליב איז מיר.

אױף מײַן מאַמעס קבֿר ס'האַרץ זיך אױסגעװײנט.

שװער געװען דאָס שײַדן זיך מיט איר.

אױסגעװענט די אױגן

ביז דער לעצטער טרער,

באַנעצט מיט זײ דעם טאַטנס קאַלטן שטײן.

כ'האָב דעם זײדנס קבֿר נישט געפֿינען מער.

עס מוז שױן זאַמט פֿון זײַן מצבֿה זײַן.

בלײַב געזונט מיר, קראָקע!

הײליק איז דײַן ערד -

טאַטע־מאַמע רוען דאָך אין איר.

לעבן זײ זו ליגן איז מיר נישט באַשערט,

ס'װאַרט אַ קבֿר ערגעץ װײַמ אױף מיר.

בלײַב געזונט מיר, קראָקע!

בלײַב־זשע מיר געזונט.

ס'װאַרט די פֿור געשפּאַנט שױן פֿאַר מײַן הװז.

ס'טרײַבט דער װילדער שׂונה װי מען טרײַבט אַ הונט

מיט אכזריות מיך פֿון דיר אַרױס.

Mordechai Gebirtig more
  • country:Poland
  • Languages:Yiddish
  • Genre:Poetry, Singer-songwriter
  • Official site:
  • Wiki:http://en.wikipedia.org/wiki/Mordechai_Gebirtig
Mordechai Gebirtig Lyrics more
Mordechai Gebirtig Featuring Lyrics more
Mordechai Gebirtig Also Performed Pyrics more
Excellent Songs recommendation
Popular Songs
Artists
Songs