די געפֿאַלענע [Di gefalene] lyrics

Songs   2024-12-29 00:42:06

די געפֿאַלענע [Di gefalene] lyrics

ערגעץ שלאָגט שױן צװײ דער זײגער,

ס׳איז שױן לאַנג נאָך האַלבער נאַכט

און קײן גראָשן , קײן פֿאַרדינסטל

האָט ביז איצט זיך נישט געמאַכט.

עפּעס װײַכן מיך די מענער,

מענער, אָ, איך קען זײ גוט!

װאָס איז װערט שױן אַ נקבֿה,

װען זי הוסט און שפּײַט מיט בלוט.

כ׳בין שױן מער פֿאַר זײ קײן סחורה,

יאָלדן, פֿרײַערס װאָס איר זענט!

ס׳בריט פֿון היץ מײַן יונגער קערפּער

און מײַן קוש װי פֿײַער ברענט.

פֿרעגט אײַך, יאָלדן, מײַן פֿאַרפֿירער,

ער װײסט, אַז אָט די פֿון גאַס

האָט אַ האַרץ, װאָס בענקט נאָך ליבע,

האָט אַ האַרץ, װאָס ברענט פֿון האַס.

קומט, קומט! כ׳װעל קײן געלט נישט מאָנען,

קומט, קומט, כאָטש אױף אײן מינוט!

כ׳װעל אין אײַך אַרײַן זיך בײַסן,

אײַך פֿאַרסמען מיט מײַן בלוט.

ערגעץ טראַכט אַצינד אַ מאַמע:

– װאָס איז מיט מײַן קינד געשען?

בלוט װאָלט גײן פֿון אירע אױגן,

װען זי װאָלט איר קינד דערזען.

Mordechai Gebirtig more
  • country:Poland
  • Languages:Yiddish
  • Genre:Poetry, Singer-songwriter
  • Official site:
  • Wiki:http://en.wikipedia.org/wiki/Mordechai_Gebirtig
Mordechai Gebirtig Lyrics more
Mordechai Gebirtig Featuring Lyrics more
Mordechai Gebirtig Also Performed Pyrics more
Excellent Songs recommendation
Popular Songs
Artists
Songs