דאָס לידל פֿון גאָלדענעם לאַנד [Dos lidl fun goldenem land] [Transliteration]

Songs   2024-11-27 12:13:25

דאָס לידל פֿון גאָלדענעם לאַנד [Dos lidl fun goldenem land] [Transliteration]

אױ, נעם גוטער קלעזמער, דײַן פֿידל אין האַנט

און שפּיל מיר דאָס לידל פֿון גאָלדענעם לאַנד.

אַמאָל פֿלעגט מײַן מאַמע מיט האַרץ און געפֿיל

דאָס לידל מיר זינגען. אױ, שפּיל עס מיר, שפּיל!

און הער איך דאָס לידל, דאַן שװעבט פֿאַר מיר באַלד

מײַן טײַערע מאַמע, איר ליבלעך געשטאַלט;

איר האַרציקער שמײכל, איר צערטלעכער בליק–

זײ װעקן מיר אױף מײַן פֿאַרגאַנגענעם גליק.

און הער איך דאָס לידל, דערזע איך, אָט שטײט

מײַן מאַמע זי מאַכט מיר מײַן װיגעלע גרײט.

און כ׳פֿיל אױף מײַן שטערן איר דאַרינקע האַנט–

זי זינגט מיר דאָס לידל פֿון גאָלדענעם לאַנד.

אַמאָל איז געװען אין אַ גאָלדענעם לאַנד

אַ קלוגער בן-יחיד, אַ שײנער בריליאַנט –

זי זינגט און עס טיקטאַקט דעם זײגערס אומרו

און ס׳װיגעלע הױדעט זיך – אײַ-ליו-ליו-ליו.

און הער איך דאָס לידל, דאָס זיסע געזאַנג,

דאַן װערט אױפֿן האַרץ אַזױ אומעטיק באַנג–

און ס׳װילט זיך, װי די מאַמע מיט האַרץ און געפֿיל,

דאָס לידל מיר זינגען – אױ, שפּיל עס מיר, שפּיל!

Mordechai Gebirtig more
  • country:Poland
  • Languages:Yiddish
  • Genre:Poetry, Singer-songwriter
  • Official site:
  • Wiki:http://en.wikipedia.org/wiki/Mordechai_Gebirtig
Mordechai Gebirtig Lyrics more
Mordechai Gebirtig Featuring Lyrics more
Mordechai Gebirtig Also Performed Pyrics more
Excellent Songs recommendation
Popular Songs
Artists
Songs