דרײַ טעכטערלעך [Dray Tekhterlekh] [Transliteration]

Songs   2024-11-23 03:31:46

דרײַ טעכטערלעך [Dray Tekhterlekh] [Transliteration]

װען מיט מזל, געזונט און לעבן

ס׳עלטסטע טעכטערל מיר װעלן אױסגעבן

װעל איך טאַנצן מיר האָפּ, האָפּ!

אַראָפּ אַן עול פֿון קאָפּ, װעל איך טאַנצן, אױ, װעל איך טאַנצן—

אַראָפּ אַן עול פֿון קאָפּ

שפּילט, קלעזמאָרים! שפּילט מיט לעבן—

ס׳ערשטע טעכטערל הײַנט אױסגעגעבן,

נאָך געבליבן אונדז מײדלעך צװײ,

װי האַלט מען שױן בײַ זײ!

שפּילט, קלעזמאָרים נעמט די כּלי-זײַן!

זאָל די גאַנצע װעלט מיט אונדז זיך פֿרײען,

אױ, אונדזער שמחה װײסט נאָר אײן גאָט

און דער װאָס טעכטער האָט.

װען כ׳װעל זען שױן דאָס צװײטע מײדל

אָנגעטאָן אין װײַסן חופּה-קלײדל,

װעל איך טרינקען און פֿרײלעך זײַן—

אַראָפּ פֿון האַרץ אַ שטײן,

װעל איך טרינקען, אױ, װעל איך אין טרינקען,

אַראָפּ פֿון האַרץ אַ שטײן.

שפּילט, קלעזמאָרים, הײבט אָן שנײַדן!

ס׳צװײטע מײדל גיבן מיר אױס אין פֿרײדן,

דאָס מוזיניקל נאָך האָבן מיר,

װי האַלט מען שױן בײַ איר. שפּילט, קלעזמאָרים, פֿאַר אונדז מחותּנים,

זאָלן אַ לעב טאָן אױך אַמאָל קבצנים,

אַ קינד אױסגעגעבן, אױ, גאָטעניו,

אַ מײדל נאָך דערצו.

װען בײַם לעצטן כ׳װעל שפּילן הערן,

װעל איך עפּעס טרױעריק שטײן און קלערן—

ס׳לעצטע טעכטערל שױן אױן אַװעק,

װאָס נאָך איז דאָ דער צװעק?

ס׳לעצטע טעכטערל, אױ, ס׳לעצטע טעכטערל,

װאָס נאָך איז דאָ דער צװעק?

שפּילט, קלעזמאָרים! באַזעצט די כּלה,

צוגענומען אונדז די קינדער אַלע,

שװער געװען אונדז די טעכטער דרײַ

אױ, שװערער נאָך אָן זײ.

שפּילט, קלעזמאָרים, אַרױס אונדז טרערן,

ס׳לעצטע בעטל װעט הײַנט לײדיק װערן, ס׳גאַנצע שטיבל, איר קלײדער-שאַנק—

אױ-װײ, װי פּוסט און באַנג.

Mordechai Gebirtig more
  • country:Poland
  • Languages:Yiddish
  • Genre:Poetry, Singer-songwriter
  • Official site:
  • Wiki:http://en.wikipedia.org/wiki/Mordechai_Gebirtig
Mordechai Gebirtig Lyrics more
Mordechai Gebirtig Featuring Lyrics more
Mordechai Gebirtig Also Performed Pyrics more
Excellent Songs recommendation
Popular Songs
Artists
Songs