ה. די זיצונג אין דער קהלה װעגן צען ... [e. di zitsung in der khlh vegn tsen ...] [German translation]

Songs   2024-07-05 01:18:40

ה. די זיצונג אין דער קהלה װעגן צען ... [e. di zitsung in der khlh vegn tsen ...] [German translation]

דערציילט, דערציילט וואַגאָנען, איר זענט געווען די איינציקע אויף דער לוויה, איר-

אָ, טויט־קאַסטנס איר, איר האָט זיי לעבעדיקערהייט געפירט אין לעצטן װעג,

איר, טויטע איר, איר האָט געפירט די לעבעדיקע צו דער קבורה, ר́האָט געפירט

אין לעצטן וועג זיי... און עס ענטפערן די טױטן־קאַסטנס אָפּ: ניט פרעג ...

דערציילט, דערציילט, כאָטש איך ווייס מער פון אייך, איך װײס פון אָנהײב אָן,

איך האָב געזען דאָך די מודעה, דער קהלה־ראַט אַליין, ער האָט די שטראָף

אונטער איר געשריבן ... יאָ, מען האָט עס אים געהייסן און ער האָט́ס געטאָן -

זעקס טויזנט אין אַ טאָג! איך װײס דעם אָנהײב ... איר, איר װײסט דעם סוף.

דערציילט, איך ווייס דעם אָנהייב נאָר... דער אָנהייב איז ניט אַלץ, איך װיל

איר זאָלט דערציילן מיר דעם סוף, דערציילט... צי שטערט אייך מיין געװײן?

דערציילט דעם סוף מיר, איר דערציילט און איך וועל הערן און װעל וויינען שטיל,

דערציילט, איך בין אַ פעלז געשלאָגן און ס́גיסט פון מיר זיך, ס́קאַפּעט פון אַ שטיין.

דערציילט, דערציילט! אַ ניט װעל איך דערציילן ... יאָ, איך אַליין דערצייל

און איך, איך וויין אַליין ... באַוויינט, אָ, אויגן מיינע, וואָס איר האָט געזען,

אָ, טרומנעס, טרומנעס שטום, ס́איז דאָ וואָס צו דערציילן אין דעם לעצטן טייל,

צי ווייסט איר ווי פון יידן, זעקס טויזנט אין אַ טאָג ז́געוואָרן צען?

איר האָט דאָך אייערנעכטן זעקס אַוועקגעפירט! זעקס טויזנט יידן נאָר,

געפירט, אַוועקגעפירט צום טויט זיי, אַלע זיי, וואָס עפּעס נעכטן מער?

צענטויזנט! גאַנצע צען! עס זאָל פון זיי ניט פעלן חס ושלום ניט קיין האָר!

און באַלד אויפמאָרגן, נאָך די ערשטע זעקס, אַ שפּרונג אַזאַ - הערט, הערט!

מען האָט אַריינגעריסן זיך ווי חיות ווילד אין קהלה־הויז, צום "עלטסטן ייד",

צו טשערניאַקאָוון, צום פּרעזעס פון דער קהלה, און געזאָגט צו אים אַזוי:

מיר ווילן ניט קיין זעקס! זעקס טויזנט יידן ווילן מיר שוין ניט,

מיר ווילן צען! צען! צען! אַזוי האָט מען געזאָגט אים: קורץ און שאַרף און רױ.

און היינט נאָך זאָל אַרויסגעהאַנגען װערן צו די יידן אַלע אַן אַפיש:

צען טויזנט אייך, מאָרגן נעמט מען צען שוין אייערע! - און מען איז אַװעק.

דער פּרעזעס פאַלט אַ בלאַסער אין זיין טיפן שטול, ביים גרינעם טיש ...

דו שרייבסט? וועסט אונטערשרייבן צען? מיט וויפל זענען מערער צען פון זעקס?

טשערניאַקאָוו? אינזשענער טשערניאַקאָוו? אַדאַמיע? הער, דו הערסט?

און צען? ס́איז טאַקע מער... יאָ ... הער נאָר, הער אַדאַמיע ... וואָס?! װאָס פאַלט דיר אײן? דו מײנסט

עס איז אויף אַן אמת? האַ? דיין סעקרעטאַרקע איז́ס... זי ווייס ניט וואָס דו קלערסט,

וואָס שיקסטו זי אַרויס, אַדאַמיע? אַך דו וויינסט, דו וויינסט, דו װיינסט ...

וואָס וויינסטו? אָ, דו ביסט נאָך אַלעמען אַ װאוילער מענטש ... נאָר צווישן אונדז גערעדט

אַ קנאַפּער ייד... עס גייט דיר דען אין צען? אויף זעקס, האַ, גייסטו איין?

ביסט עפּעס בייז - אויף וועמען, זאָג? אַהאַ, אויף זיך... דאָס קלאַפּסטו זיך על־חטא,

סמ́סט זיך... עך, מאַך́ס גיכער, גיך... באַלד קומט דער גאַנצער קהלה־ראַט אַריין!

דו ביסט אַ קנאַפּער ייד, אַדאַמיע, דו סמ́סט זיך גאָר, דו הרגעסט זיך אַליין?

אַ יידן הרגעט מען... אַך, אויף געהרגעט ווערן פאָדערט זיך אַ גרעסערע אַ קראַפט ...

נאָר גאָרניט ... גאָרניט ... טרינקסט? דו וואַשסט, אַדאַמיע, זיך, דו וואַשסט זיך ריין?

דיין לעבן, יאָ, דיין לעבן - ערב שמד... דיין שטאַרבן האָט אַ גרעסערן אַ האַפט.

וואָס קומט אַרויס? דו ניט, דו טאַקע - ניט, נאָר ער, דער קהלה־ראַט, דער ראַט -

ער וועט דאָך איינגיין ... ס́ווענדט זיך דען אין אים? עס איז דאָך נאָר פּראָ פאָרם...

זיי ווילן צען... גיי מאַך! די זעלבע ספקות נעבעך וואָס דו, אַדאַמיע, האָסט געהאַט

ביי זעקס... גיי מאַך... עס טאָטשעט זיי, עס עסט זיי נעבעך טיף דער זעלבער וואָרם...

אַדאַמיע... טס... ר́איז טויט שוין. דער פּרעזעס זיצט אַ טויטער אין זיין שטול און וואַרט,

די אויגן צו אין אָפענעם געזיכט, דער קאָפּ פאַרוואָרפן - זיצט ער אויבן־אָן -

דער ראַט קומט אָן, קלאַפּט אָן - וואָס האָט ער זיך, דער פּרעזעס, דאָרט פאַרשפּאַרט?

ער האָט דעם ראַט צונויפגערופן אַ אייליקע אַ זיצונג... קלאַפּט! קלאַפּט אָן!

עס האָט זיך זיי געדאַכט אַז עמעץ זאָגט פון אינעווייניק זיי: אַריין!

עס האָט זיך זיי געדאַכט נאָר... יאָ, דער פּרעזעס זיצט אַ טויטער אויף זיין שטול -

פּרעזעשיע? דו? דו האָסט דאָך אונדז גערופן? אַ זיצונג דאַרף דאָך זיין!

מיר זענען דאָ ... מיר האָבן צוגעשטעלט זיך אַלע, דער קאָמפּלעט איז פול!

און יעצט? וואָס יעצט? טעלעפאָנירן - ניין... זיי וועלן זיין אין כעס...

זיי וועלן... זאָגט ניט, גאָר נישט! ר́לעבט, כאָטש טויט... וואָס יעצט?

יעצט אָפּהאַלטן די זיצונג - צען! יאָ צען! ... שטיל, שװײגנדיק און בלאַס

האָט זיך דער קהלה־ראַט געזעצט אַרום דעם גרינעם טיש ... זיי האָבן זיך געזעצט -

דער פּרעזעס אויבן אָן, און שפּעטער זיי, די מיטגלידער פון גאַנצן ראַט,

עס האָבן אויפגעשטעלט די האָר זיך אויפן קאָפּ, דאָס בלוט האָט אין די אָדערן געפרירט, -

ס́נעמט עמעצער דאָס װאָרט - די צונג אין מויל האָט אים געציטערט ווי אַ בלאַט,

אַלע הערן אויס ... דער טויטער פּרעזעס פירט די זיצונג, - ווי ער וואָלט געפירט.

  • Artist:Itzhak Katzenelson
  • Album:דאָס ליד פונעם אױסגעהרגעטן ײדישן פאָלק
Itzhak Katzenelson more
  • country:Poland
  • Languages:Yiddish, Hebrew, English
  • Genre:Poetry
  • Official site:
  • Wiki:https://en.wikipedia.org/wiki/Itzhak_Katzenelson
Itzhak Katzenelson Lyrics more
Excellent Songs recommendation
Popular Songs
Artists
Songs