ו. די ערשטע [f. di ershte] [German translation]

Songs   2024-11-26 09:31:50

ו. די ערשטע [f. di ershte] [German translation]

און ס́איז אַוועק אַ גאַנג: צו צען אַ טאָג, צען טויזנט יידן אין איין טאָג, דאָס האָט

ניט לאַנג געדויערט, אָ, ניט לאַנג, מען האָט גענומען באַלד צו פופצן טויזנט זיי -

די שטאָט מיט יידן - וואַרשע! די אַרומגעצוימטע, די אַרומגעמויערטע די שטאָט

איז פאַר די אויגן איינגעגאַנגען מיר, איז אויסגעגאַנגען, צעגאַנגען ווי אַ שניי.

וואַרשע! די אַלט יידישע, די פולע ווי אַ שול יום־כיפּור, ווי אַ מאַרק אויף אַ יאַריד,

יידן װאַרשעווער, יידן האַנדלענדיקע אויפן מאַרק, יידן דאַוונענדיקע אין דער שול -

אַזוי אומעטיק און אַזוי פריילעך - אָ, פּרנסה־זוכנדיקער און גאָטזוכנדיקער ייד!

וואַרשע די פאַרמויערטע אַרום, די אָפּגעשלאָסענע - איז געווען מיט דיר ערשט פול!

יעצט ביסטו לער! יעצט ביסטו ליידיק! יעצט ביסטו אויסגעליידיקט גאַנץ און לער!

יעצט ביסטו אַ בית־עולם, אַ בית־הקברות וויסט, און וויסטער נאָך, דו ביסט

גאַסן אויסגעשטאָרבן - און מען זעט קיין מת אַפילו זיך ניט וואַלגערן דאָרט מער,

און הייזער אָפענע און קיינער גײט אַרויס ניט, ניט אַריין אין הייזער וויסט.

די ערשטע אומצוברענגען זען́ געוועזן קינדער, יתומימלעך פאַרלאָזענע, עס הייסט

דאָס בעסטע אויף דער וועלט, דאָס שענסטע וואָס די ערד, די פינצטערע, פאַרמאָגט!

אָ, פון די עלנטסטע יתומימלעך און קינדערהיימען וואָלט געוואָקסן אונדז אַ טרייסט,

פון די אומעטיקסטע, שטומע פּנימלעך, די חושכדיקע, וואָלט געטאָגט אונדז, וואָלט געטאָגט!

יאָ, יאָ, איך בין סוף־ווינטער צוויי און פערציק אין אַ קינדערהיים אַזאַ געווען

און קינדער, ערשט געבראַכטע פון דער גאַס, געזען. כ́האָב אין אַ װינקל זיך פאַררוקט -

און האָב אין שױס פון אַ דערציערין אַ קוים צוויי־יעריק מיידעלע געזען -

אַ מאָגערינקע, אַ טויט־בלאַסינקע און אויגן ערנסטע, איך האָב געקוקט, געקוקט -

כ́האָב אָנגעקוקט זי, די צוויי־יאָריקע, די אַלטעטשקע, די באָבע - הונדערט יאָר

איז דאָס יידישע, דאָס מיידעלע שוין אַלט, דער ערנסט אירער און איר גרויסע פּיין -

דאָס וואָס די באָבע אירע האָט אין חלום ניט געזען האָט דאָס מיידעלע געזען, און אויף דער וואָר,

איך האָב צעוויינט זיך און געזאָגט זיך: וויין ניט, די פּיין פאַרשווינדט און דער ערנסט וועט

שױן זײן!

דער ערנסט בלייבט, ער גיסט זיך אין דער וועלט אַריין, אין לעבן, און פאַרטיפט́ס,

דער יידישער דער ערנסט, ניכטערט אויס, וועקט אויף, רייסט ברייט אויף אויגן בלינד;

ס́איז ווי אַ תורה פאַר דער וועלט, ווי אַ נבואה, ווי אַ הייליקע אַ שריפט -

וויין ניט, וויין ניט ... אַכציק מיליאָן רוצחים פאַר דעם ערנסט פון אַ יידיש קינד.

וויין ניט ... איך האָב געזען אַ מײדעלע פון אַ יאָר פינף אין יענעם "פּונקט",

זי האָט אַ װיינענדיקן ברודערל, אַ קלענערן אַ סך פון איר, אַ ליידנדן גענערט ...

זי האָט פאַרדאַרטע שטיקלעך ברויט אין אַ מאַרמעלאַד אַ שיטערן געטונקט

און קונציק אים אין מיילעכל אַריינגעשמוגלט ... מיר איז געווען באַשערט

צו זען עס, זען דער מאַמען, זען דער מאַמען דער פינפיעריקער ווי זי שפּייזט אים, אירע רייד

צו אים געהערט. מיין מאַמע, איינע אין דער וועלט, איז ניט דערפינדעריש אַזוי געווען!

זי האָט אַ טרער אים אָפּגעווישט מיט אַ געלעכטער, אַריינגערעדט אין אים אַ פרייד,

ס́יידיש מיידעלע! שלום־עליכם האָט עס בעסער ניט געקענט. איך האָב́ס געזען!

איך האָב געזען דעם גרויסן עלנט דאָרט, אין קינדערהיים אין יענעם, כ́בין אַריין

אין צווייטן זאַל - דאָרט אויך, דאָרט אויך - עס האָט געיאָגט אַ ביטערע אַ קעלט,

פון ווייטן האָט אַן אויוון אויף אַ בלעך געוואָרפן אויף אַ הייפל קינדער העל אַ שיין,

עס האָבן קינדערלעך האַלב־נאַקעטע ביים קאָקס, ביים גליענדיקן זיך אַרומגעשטעלט.

עס האָט געגליט דער קאָקס. דער האָט אַ פיסעלע, דער אַ געפרוירן הענטעלע אַרויס געשטעקט,

דער אַ נאַקעטע אַ פּלייצקע, און איינער אַ שוואַרץ־אויגיק, אַ בלאַס יינגעלע, נאָך גאָר אַ יונגס,

ער האָט דערציילט אַ מעשהלע. ניין, ניט אַ מעשהלע! ער האָט געברויזט, ער איז געוועזן

אױפגערעגט -

ישעיה! דו, אָ דו, האָסט ניט געפלאַמט ווי ער, האָסט ניט געהאַט אַזאַ אַ יידישע אַ צונג.

ער האָט גערעדט אַ יידיש געמישט מיט לשון־קודש. ניין, ס́איז לשון־קודש בלויז!

האָרך, האָרך, קוק אָן די יידישע, די אויגן זיינע, און דעם שטערן און ווי ער הויבט

דעם קאָפּ אויף ... ישעיה! ביסט ניט קליין געװען װי ער און נישט געוועזן אַזוי גרויס,

ביסט ניט געוועזן גוט אַזוי, ניט אמתדיק אַזוי, און האָסט, ישעיה, ניט אַזוי געגלויבט! ...

און ניט אַזוי דאָס יינגעלע אין יענעם קינדער־פּונקט, דאָס יינגעלע וואָס האָט אַזוי גערעדט,

נאָר זיינע שוועסטערלעך און ברידערלעך, וואָס האָבן אים מיט מיילעכלעך מיט אָפענע געהערט -

אָ ניין, איר לענדער אַלע, אײראָפּעס אַלטע און ניי־אויפגעבויטע גרויסע שטעט,

אַזוינס האָט דאָך די וועלט נאָך ניט געזען, ניט געהאַט אַזעלכע האָט די ערד.

זיי זעז́ געווען די ערשטע אומצוקומען, די יידישע די קינדער, אַלע זיי, דאָס רוב

אָן טאַטע־מאַמע. קינדער אויפגעגעסענע פון קעלט, פון הונגער און פון לייז,

משיחים הייליקע, געהייליקטע אין ליידן ... אָ, זאָגט, פאַרוואָס די שטראָף?

פאַרוואָס אין אומקום־טעג די ערשטע צאָלן אים, דעם בייז, דעם העכסטן פּרייז?

זיי זען́ געווען די ערשטע, די גענומענע צום טויט, די ערשטע אויף דער פור,

מען האָט געוואָרפן אין די וועגענער די גרויסע זיי, ווי הויפנס מיסט, ווי מיסט -

און אַוועקגעפירט זיי, אויסגעהרגעט זיי, פאַרניכט זיי, ס́איז קיין שפּור

פון זיי, פון מיינע בעסטע, ניט געבליבן מער! אַך וויי איז מיר און ווינד איז מיר און וויסט!

  • Artist:Itzhak Katzenelson
  • Album:דאָס ליד פונעם אױסגעהרגעטן ײדישן פאָלק
Itzhak Katzenelson more
  • country:Poland
  • Languages:Yiddish, Hebrew, English
  • Genre:Poetry
  • Official site:
  • Wiki:https://en.wikipedia.org/wiki/Itzhak_Katzenelson
Itzhak Katzenelson Lyrics more
Excellent Songs recommendation
Popular Songs
Artists
Songs