ז. צו שפּעט [g. tsu shpet] lyrics

Songs   2024-07-05 00:32:20

ז. צו שפּעט [g. tsu shpet] lyrics

װײ מיר, איך האָב געוואוסט און מיינע שכנים אויך און יעדער איינער ייד,

אַלע מיר פון גרויס ביז קליין, פון אַלט ביז יונג - מיר האָבן עס געוואוסט,

און ניט אַרויסגערעדט פון מויל עס... שאַ ! מיר האָבן זיך פאַר זיך אַליין געהיט,

מיר האָבן עס פאַרשריגן אין געדאַנק אין אונדזערן, פאַרשטיקט אין אונדזער ברוסט.

איידער נאָך עס האָבן אויסװאורפן פאַרשפּאַרט אונדז אַלע אין די געטאָס ענג,

פאַר כעלמנאָ נאָך, פאַר בעלזשיץ, פאַר פּאָנאַרי נאָך, פאַר אונדזער ענד,

באַלד אָנהייב קריג, באַגעגנדיק אַ פריינט אין גאַס, פלעגן מיר, ווי איך געדענק,

אַראָפּלאָזן די אויגן אונדזערע און פעסטער, פעסטער זיך געדריקט די הענט.

ניט די ליפּן און די אויגן ניט, קיין וואָרט ... די אויגן האָבן זיך געשראָקן אויך

אַ הויכן קוק טאָן... בליקן גיבן אויס די ווערטער קלאָרע וואָס מען אַנט...

די הענט! די שטומע הענט - זיי האָבן ניט געשראָקן זיך צו ריידן הויך -

תקל, תקל ... ווי ווערטער ניט געזען און אויפגעשריבן אויף דער וואַנט ...

אָ, ניט נאָר מיר! די ווענט, די ווענט אין יעדער שטוב און יעדער שטיין פון גאַס

האָבן עס געוואוסט ווי מיר, ווי מיר... אָ ווער? ווער האָט עס זיי געזאָגט?

עס האָבן ניט אומזיסט אונדז אָנגעקוקט די װענט אומהיימלעך שטום און בלאַס,

און ס́האָבן שטיינער ניט אומזיסט געקוקט אויף אונדז פאַרשוויגן און פאַרצאָגט...

אַלע מיר, מיר האָבן עס געוואוסט, פיש אין װאַסער און פויגל אויפן דאַך,

די גויים אַרום אונדז: מען הרגעט אויס אונדז! מען הרגעט אַלע אונדז דאָ אויס!

און אָן אַ שום פאַרוואָס? און טו און מאַך! ס́איז אַ באַשטימטע, אַ באַשלאָסענע אַ זאַך:

אים אומברענגען, דאָס יידישע דאָס פאָלק, פאַרניכטן אים פון קליין ביז גרויס.

ווי נאָר ס́האָט אויסגעבראָכן טעמפּ און מערדעריש ווי היטלער, היטלערס קריג,

ווי נאָר עס האָט אַריינגעריסן זיך אין פּוילן די באַרבאַרישע, די דייטשע האָרד,

האָט דאָס יידישע דאָס פאָלק פאַרלאָזן זיינע שטעט און שטעטלעך - אַ קינד אין וויג

איז ניט געבליבן, ניט געבליבן זענען אַלטגעזעסענע אויף זייער אָרט.

מען איז געלאָפן, וואו? אָ, פרעגט ניט קיינעם: וואוהין? וואו לויפט איר, וואו?

און פרעגט ניט, קיינעם ניט: פאַרװאָס? װאויל דיר, דו װייסט עס ניט... ניט פרעג!

און גיב קיין עצה ניט, ניט קיינעם, רייד ניט קיינעם אָפּ און רייד נישט צו...

צי בלייבן אין זיין וואַרעמער זיין היים, צי לאָזן זיך מיט אַלעמען אין וועג ...

אין דער היים ... זיי רייסן זיך אַריין אין היימען יידישע און טוען דאָרטן אָפּ -

מען זאָל́ס ניט זען, ניט הערן - מען טויט, און ערגער נאָך: מען פאַרשלעפּט! יאָ, מען פאַרשלעפּט,

און אויף די וועגן - פול און ענג, זע, זע: די מעסערשמיטן - ווי נידעריק זיי לאָזן זיך אַראָפּ!

דו זעסט די העלדישע, די פליער, די קוילנװאַרפערס איבער יידנס אויסגעדאַרטע קעפּ.

ראָט נישט קיינעם גאָרנישט, דיין נאָנטסטן ניט, דיין נאָענטסטער - ער האָט

פאַרצווייפלט אָנגעשטעלט אויף דיר די אויגן תחנונימדיק, אַ קנעכט, וו́אַ קנעכט

בעט ער רחמים זיך: װאָס טוט מען? אַך, ווען דו וואָלסט געווען אַפילו גאָט -

זאָג אים גאָר נישט! גאָר נישט! ... וואָס דו וועסט אים זאָגן וועט זיין שלעכט!

אַלע וועגן, אַלע טראַקטן און שאָסייען האָבן זיך געבראָכן פון דער לאַסט

דער יידישער... אַ לאַסט אָן זעק אויף פּלייצעס, אָן רענצלעך אין דער האַנט ...

מען איז געלאָפן שווער באַלאָדן מיט אַ שרעק, אין איילעניש געלאָפן און אין האַסט,

און אָן אַ האָפנונג ... אַך, אַן אַנדער לאַנד! װי כאַפּט מען זיך אַריין דאָ אין אַן אַנדער לאַנד!

צו שפּעט! צו שפּעט, נאָך אייערנעכטן, נעכטן נאָך, היינט פרי האָט מען געקאָנט

מיט אַן אויטאָבוס, אַ צוג, אַ שלעפּצוג ... און צו אַ גרענעץ ערגעץ־וואו -

יעצט איז שוין שפּעט... וואָס יעצט? די פיס ווי אָפּגענומען און די הענט, - ס́פאַלן אָפּ די הענט -

צו שפּעט! יעצט זענען אַלע אויסגענג שוין פאַרמאַכט און אַלע טירן צו...

אין ראַדיאָ האָט גערעדט אַ דייטש אויף פּויליש: "שוין! מיר גייען שוין! מיר קומען אָן!

מיר מאַרשירן שוין אַריין. זאָל קיינער זיך פאַר אונדז ניט שרעקן, קײנער ניט!

מיר וועלן דער ציווילער, דער באַפעלקערונג, דער רואיקער קיין שלעכטס נישט טאָן,

דער ייד!" - האָט ער אין ראַדיאָ זיך צעשריען הויך! - "זאָל שרעקן זיך דער ייד!"

עס איז געװעזן מיטװאָך, דער מוראדיקער מיטוואָך, אַזייגער צוויי ביינאַכט -

און יידן האָבן זיך פאַרצווייפלט אַוועקגעלאָזט אויף װעגן איבער פּוילן ... די אַהין,

און יענע דאָרט אַהער... אָ, גאָט, מען גייט דאָך זיכערער און פרייער אין אַ שלאַכט,

נעמען זיך דאָס לעבן אויף דער מיאוסער דער ערד דאָ האָט מערער שוין אַ זין!

מען איז געלאָפן פון בענדין קיין טשענסטאָכאָװ, קאַלישער קיין לאָדזש און לאָדזש האָט זיך געלאָזט

קיין װאַרשע, װאַרשעווער - זיי אויך, זיי זענען אויך אין שרעק אַוועק, פאַרלאָזן זייער הײם,

יידן פון דער פרעמד האָט אין היימען יידישע פאַרװאָרלאָזט אַרומגענומען פרעמד אַ פראָסט

און די שרעק, די שרעק פון וועלכער מ́איז אַנטלאָפן באַפאַלט פון יעדן ווינקל זיי געהיים

דאָס גאַנצע פאָלק, דאָס יידישע, די דאָאיקע, די מאַסן פונעם בונד,

די כלומרשט פרומע, די אגודהניקעס, די ציוניסטן, די וואָס האָבן שיין גערעדט -

לומפּנהענדלער - אַלע האָבן פּלוצלונג אויפגעכאַפּט זיך - ס́האָט געפּלאַצט די וואונד!

קיין ארץ־ישראל, ראַטעווען זיך... ראַטעוועט! נאָר ס́איז געווען צו שפּעט.

  • Artist:Itzhak Katzenelson
  • Album:דאָס ליד פונעם אױסגעהרגעטן ײדישן פאָלק
Itzhak Katzenelson more
  • country:Poland
  • Languages:Yiddish, Hebrew, English
  • Genre:Poetry
  • Official site:
  • Wiki:https://en.wikipedia.org/wiki/Itzhak_Katzenelson
Itzhak Katzenelson Lyrics more
Excellent Songs recommendation
Popular Songs
Artists
Songs