העי קלעזמאָרים [Hey Klezmorim] [Hebrew translation]
Songs
2024-12-29 01:02:06
העי קלעזמאָרים [Hey Klezmorim] [Hebrew translation]
העי קלעזמאָרים, גוטע ברידער!
איר באַקומט פֿון מיר אויף ווײַן –
שפּילט מיר אויף א פֿרײלעך לידל,
שלעפֿט מײַן מרה-שחורה אײַן.
טרויעריק איז מיר אויפֿן האַרצן,
כ'פֿיל, דאָרט עפּעס נאָגט און קוועלט;
ס'בּענקט נאָך עפּעס מײַן נשמה
און איך ווייס נישט וואָס מיר פֿעלט.
שפּילט, פֿאַרוויגט מיט אײַערע טענער
מיר דעם אומעט אין מײַן הערץ
ווי מײַן מאַמע פֿלעגט פֿאַרוויגן
מיט אַ לידעלע מײַן שמערץ.
שפּילט מיר אויף אַ פֿרײלעך לידל –
עפּעס שפּילט איר טרויעריק הײַנט;
ס'ווײנט דאָס פֿלײטל, ס'ווײנט דער פֿידל –
אַלץ אַרום מיר עפּעס ווײנט.
העי קלעזמאָרים, גוטע ברידער!
איר באַקומט פֿון מיר אויף ווײַן –
שפּילט מיר אויף א פֿרײלעך לידל,
שלעפֿט מײַן מרה-שחורה אײַן.
- Artist:Mordechai Gebirtig