הוליעט, הוליעט, קינדערלעך [Huliet, huliet kinderlekh] [German translation]
הוליעט, הוליעט, קינדערלעך [Huliet, huliet kinderlekh] [German translation]
שפּילט אייַך ליבע קינדערלעך
דער פֿרילינג שוין באַגינט!
אוי ווי בין איך קינדערלעך,
מקנא אייַך אַצינד.
הוליעט ,הוליעט, קינדערלעך,
כּל זמן איר זענט נאָך יונג,
ווייַל פֿון פֿרילינג ביז צום ווינטער
איז אַ קאַצןשפּרונג.
שפּילט אייַך ליבע קינדערלעך,
פֿאַרזוימט קיין אויגנבליק;
נעמט מיך אויך אַרייַן אין שפּיל,
פֿאַרגינט מיר אויך דאָס גליק.
הוליעט, הוליעט, קינדערלעך ...
קוקט נישט אויף מייַן גרויען קאָפּ,
צי שטערט דאָס אייַך אין שפּיל?
מייַן נשמה איז נאָך יונג
ווי צוריק מיט יאָרן פֿיל.
הוליעט, הוליעט, קינדערלעך ...
מייַן נשמה איז נאָך יונג,
און גייט פֿון בענקשאַפֿט אויס.
אַך ווי גערן ווילט זיך איר
פֿון אַלטן גוף אַרויס.
הוליעט, הוליעט, קינדערלעך ...
שפּילט אייַך ליבע קינדערלעך,
פֿאַרזוימט קיין אויגנבליק
ווייַל דער פֿרילינג עקט זיך באַלד,
מיט אים דאָס העכסטע גליק.
הוליעט, הוליעט, קינדערלעך ...
- Artist:Mordechai Gebirtig