הונגעריק דײַן קעצעלע [Hungerik, dajn Kezele] [German translation]

Songs   2024-11-04 13:00:22

הונגעריק דײַן קעצעלע [Hungerik, dajn Kezele] [German translation]

שלאָף שױן, מײַן הונגעריק מײדעלע,

מאַך שױן די אײגעלעך צו,

הונגעריק איז אױך דײַן מאַמעלע,

און װײנט נישט און שרײַט נישט װי דו.

לערן זיך, קינד, פֿון דײַן מאַמעלע,

נעם אַלץ װי זי נעמט פֿאַר ליב,

מאָרגן ס׳װעט אױפֿשטײן מײַן מײדעלע,

װעט זײַן אַ סך ברױט אין שטוב–

אײַ ליו, ליו, אײַ ליו, ליו, ליו.

שלאָף שױן, מײַן קרױנעניו.

שלאָף שױן, מײַן נאַריש קלײן מײדעלע,

װאָס איז הײַנט עפּעס מיט דיר?

הונגעריק איז אױך דײַן קעצעלע

און ס׳האָט גאָר קײן טענות צו מיר,

הער, װי עס מיאַוקעט, עס רעדט צו דיר:

– מײדל, לאָז מאַמען צורו!

הונגעריק איך אױך, קלײן קעצעלע,

און כ׳װײן נישט אַזױ װי דו–

אײַ ליו, ליו, אײַ ליו, ליו, ליו,

שלאָף שױן, מײַן קרױנעניו!

שלאָף שױן, מײַן אָרעם קלײן מײדעלע,

װײַל דער שלאָף לינדערט די נױט,

הונגעריק איז אױך דײַן ליאַלקעלע

און װײנט נישט און מאָנט נישט קײן ברױט.

לערן זיך, קינד, פֿון דײַן ליאַלקעלע,

װײסט װאָס זי טראַכט אַצינד?

– אױ, װי באַטריבט איז אַ מאַמעלע,

װען הונגעריק איז איר קינד–

אײַ ליו, ליו, אײַ ליו, ליו, ליו,

שלאָף שױן, מײַן קרױנעניו!

Mordechai Gebirtig more
  • country:Poland
  • Languages:Yiddish
  • Genre:Poetry, Singer-songwriter
  • Official site:
  • Wiki:http://en.wikipedia.org/wiki/Mordechai_Gebirtig
Mordechai Gebirtig Lyrics more
Mordechai Gebirtig Featuring Lyrics more
Mordechai Gebirtig Also Performed Pyrics more
Excellent Songs recommendation
Popular Songs
Artists
Songs