קינדער־יאָרן [Kinderjohren] [English translation]

Songs   2024-11-23 18:36:08

קינדער־יאָרן [Kinderjohren] [English translation]

קינדער־יאָרן, זיסע קינדער־יאָרן,

אײביק בלײַבט איר װאַך אין מײַן זיכּרון;

װען איך טראַכט פֿון אײַער צײַט,

װערט מיר אַזױ באַנג און לײד

װי שנעל בין איך שױן אַלט געװאָרן.,אױ

נאָך שטײט מיר דאָס שטיבל פֿאַר די אױגן,

װוּ איך בין געבױרן, אױפֿגעצױגן,

אױף מײַן װיגל, זע איך דאָרט,

שטײט נאָך אױף דעם זעלבן אָרט–

װי אַ חלום איז דאָס אַלץ פֿאַרפֿלױגן.

און מײַן מאַמע אַך, װי כ׳פֿלעג זי ליבן,

כאָטש זי האָט אין חדר מיך געטריבן;

יעדער קניפּ איז פֿון איר האַנט

מיר נאָך אַזױ גוט באַקאַנט–

כאָטש קײן צײכן איז מיר נישט פֿאַרבליבן.

נאָך זע איך דיך, פֿײגעלע, דו שײנע,

נאָך קוש איך די רױטע בעקלעך דײַנע,

דײַנע אױגן פֿול מיט חן

דרינגען אין מײַן האַרץ אַרײַן,

כ׳האָב געמײנט, דו װעסט אַמאָל זײַן מײַנע.

קינדער־יאָרן, יונגע שײנע בלומען!

צוריק צו מיר װעט איר שױן מער נישט קומען;

יאָרן אַלטע, טרױעריקע,

קאַלטע, מרה-שחורהדיקע

האָבן אײַער שײנעם פּלאַץ פֿאַרנומען.

קינדער־יאָרן, כ׳האָב אײַך אָנגעװױרן,

מײַן געטרײַע מאַמען אױך פֿאַרלױרן,

פֿון דער שטוב נישטאָ קײן פֿלעק,

פֿײגעלע איז אױך אַװעק,

אױ, װי שנעל בין איך שױן אַלט געװאָרן

Mordechai Gebirtig more
  • country:Poland
  • Languages:Yiddish
  • Genre:Poetry, Singer-songwriter
  • Official site:
  • Wiki:http://en.wikipedia.org/wiki/Mordechai_Gebirtig
Mordechai Gebirtig Lyrics more
Mordechai Gebirtig Featuring Lyrics more
Mordechai Gebirtig Also Performed Pyrics more
Excellent Songs recommendation
Popular Songs
Artists
Songs