קלײנער יתום [Kleyner isum] lyrics
Songs
2024-12-29 00:31:08
קלײנער יתום [Kleyner isum] lyrics
װײן נישט, װײן נישט, קלײנער יתום!
שפּאָר די טרערן כאָטש דיך קװעלט,
װײַל דאָס לעבן האָט נאָר צרות,
אױ, װי שלעכט, װען טרערן פֿעלט.
שפּאָר די טרערן, װי בריליאַנטן,
װעסט אַמאָל זײ דאַרפֿן זײער–
װען דײַן הערצל גײט שױן איבער,
לאָז פֿון אױג אַרױס אַ טרער.
שלאָף שױן, שלאָף שױן, קלײנער יתום,
צי נישט מער אַרױס מײַן בלוט–
ס׳װעט דער הונגער דיך נישט קװעלן,
װעסט אין שלאָף זיך פֿילן גוט.
ס׳װאָלט גאָר אפֿשר זײַן פֿיל בעסער
דיר, מײַן יתום, און אױך מיר,
דו זאָלסט אײביק-אײביק שלאָפֿן,
איך דײַן מאַמע לעבן דיר.
װײן נישט, װײן נישט, קלײנער יתום!
אױ, װי שלעכט, װען ס׳פֿעלט אַ טרער,
װען דאָס האַרץ איז פֿול מיט לײדן
און די אױגן זענען לער.
- Artist:Mordechai Gebirtig