יג. מיט חלוצים [m. mit khlutsim] lyrics

Songs   2024-11-29 19:54:51

יג. מיט חלוצים [m. mit khlutsim] lyrics

אָ ,פרעגט ניט קײנער, ניט דערמאָנט מיר מער די מילאַ־גאַס, ז́איז פול געווען און איז געװאָרן באַלד צונישט.

איבער הונדערט טויזנט יידן זענען דאָרט געװען מיט קלומיקלעך, מיט רענצעלעך אױף פּלייצעס און אין הענט,

און אין די קלומיקלעך העמד, אַ האַנטוך, ברויט אַ שטיקל מיט קינדער קלײנע אויסגעמישט,

בלאַסע ווי דער לײװנט, טרוקן ווי די שטיקלעך ברויט אין זיי, און שטום, פאַרשטומט װי ווענט.

ס́האָט ניט געהאָלפן גאָרנישט, מען האָט זיי אַלעמען געפונען, אױסגעפונען, זיי דערטאַפּט

טיף אין די קעלערן, אויף בױדעמער באַהאַלטן, אויף פּאָליצעס פאַרשטויבט, אין בערגלעך מיסט,

און אומעטום. די מילאַ־גאַס איז פול געווען מיט אונדז. װאָס קומט אַרויס: געבליבן זענען קנאַפּ!

מען האָט אונדז אויסגעשאָסן אויפן אָרט און צום טױט אַרויסגעפירט אין װעגן וויסט.

אַ קליינער טייל פון אונדז האָט אומגעקערט אין שאָפּ זיך, דאָרט, אויף דער נאָוואָליפּיע און דער לעש,

איך האָב געדרייט די שפּול־ראָד, מיין זון, אײנציק מיר געבליבענער, ז́געשטאַנען שטום ביי אַ מאַשין.

די שאָפּ, - אָ, ווינקלען מיאוסע פון אַ מזבח אומריין, צװאַנציק טויזנט יידן קלאַמערן זיך נאָך אָן אײך, די רעשט

אין געטאָ ... װער ס́האָט אין יענע טעג דעם געטאָ נישט געזען! ווער ס́האָט נישט דאַן פאַרבלאָנדזשעט דאָרט אַהין!

מען האָט געוואוינט אין מיסטקאַסטנס. אין גאַס איז װאַרם נאָך און אין דער װאוינונג פרעמד -

ס́האָט קיינער אין זיין וואױנונג ניט געוואױנט, און ס́האָט אין וואוינונגען אומהיימלעך ג́יאָגט אַ קעלט,

מען האָט דאָס אָרעמע געקעכטס געגעסן פון אַ פרעמדן טעלער, געטראָגן נישט דאָס אײג́נע העמד,

אין בעטן פרעמדע קאַלט און האַרט געלייגט זיך... אָ, בעטן פרעמדע, אין אַ פרעמד געצעלט!

כ́האָב אָפט זיך איינגעשטעלט, אַרויסגעריסן זיך פון שאָפּ, געשמוגלט זיך געהיים דורך גאַסן לער,

אַריינגעגנבעט זיך אין געטאָ, כ́האָב צוגעזען אַ לעבן דאָרט, דאָס לעבן גרויליק אויף אַ ווייל,

צו וואָס? צו ווען? כ́האָב פריינט געהאַט דאָ נאָענטע - איך האָב זיי קיינעם שוין ניט מער!

כ́האָב אין געאייל אַריינגעריסן זיך אין נעטאָ און רייס אַרויס פון דאָרט זיך אין געאייל.

כ́האָב פריינט געהאַט דאָ, נאָענטע, שרייבער יידישע און מוזיקער און מאָלער – נישטאָ זיי קיינעם שוין,

מען האָט זיי אַלע אויסגעהרגעט, הלל צייטלינען - מען האָט אין טלית אים, צום אומשלאַק אים

פאַרשלעפּט,

און אויפן אומשלאַק אים דערשאָסן. ישראל שטערן! גילבערט - בריליאַנטן גרויס אין אונדזער קרוין -

װאַרשאַװסקיס! דאַווידאָװיטשעס! זשאַק לעוויס און אָסטשעגאַס - אָ, קרוינען שטאָלץ אויף יידישע אױף קעפּ!

און אין אַ וואָך אַרום - און כ́גנבע זיך אַרײן אין געטאָ ווידער... איך האָב דאָרטן צוקערמאַנען, יאָ!

יצחק צוקערמאַנען האָב איך, צביה́ן האָב איך - די שענסטע און די בעסטע אויף דער ערד!

חלוצים! יאָ! ווער זאָגט: מיר האָבן אַלץ אויף דר́ערד פאַרלוירן שוין? חלוצים זענען דאָ!

ס́איז דאָ אַן אינהאַלט נאָך, אַן אָנהאַלט... איך װיין ניט, ניין, די אויגן זענען מיר נאָר קוים פאַרטרערט.

יצחק! ר́האָט יענע וואָך געבראַכט אַ גרוס פון קראַקוי מיר: לאַבאַן! לאַבאַן דער חלוץ האָט

אַ באַריכט אים אָפּגעגעבן וויפל אָפיצירן פון עס־עס מען האָט אַוועקגעלייגט... אַ גרוס,

און ביים באַריכט - "הענט הויך!" לאַבאַן אין אָפיצירן־מאַנטל ז́אַרעסטירט, יצחק אַנטלויפט, דרייט פרעמד אין שטאָט

אַרום זיך, מיט אַ פוס אַדורכגעשאָסן, ס́בלוט רינט אין שטיוול... יצחק! ליגט, ליגט! װאָס מאַכט דער פוס?

דאָס איז געווען דער זיבצענטער יאַנוואַר, יאָר דריי און פערציק, איך בין געבליבן דאָרט די נאַכט,

און אַז ס́האָט אָנגעהויבן קוים צו טאָגן - בעסער ווען עס װאָלט ניט ווערן שוין, ניט קיינמאָל טאָג!

איך בין אַרויס אין גאַס, געגרייט אין װעג זיך, פון זאַמענהאָף אויף נאָוואָליפּיע - דער געטאָ איז פאַרמאַכט!

עס־עס צעיאָגט אונדז: צריק! ס́קומען אָן זשאַנדאַרמען, הויך די ביקסן: צעשטעלן זיך אין יעדן ראָג.

שוין װידער! ווידער? וואָס קען שוין זיין דאָ ווידער? עס איז דאָך אויס מיט אונדז! אַך, ס́ווערט מיר קאַלט און הײס,

איך גיי צוריק צום זון, צו די חלוצים ... זיי װייסן שוין, ס́האָט ווער פון דרויסן שוין געבראַכט די נייס ...

צביה! זע, יצחק, ער אויך איז אויף די פיס, אויף דעם געזונטן און דעם דורכגעשאָסענעם - װער ווייס

צי ס́רינט דאָס בלוט פון אים ניט אין דעם שטיוול?... ר́האָט מיך דערזען און איז פון בלאַס געװאָרן ווייס

ווי קאַלך... ר́זענט ווייס ווי קאַלך, יצחק! איך האָב́ס אים ניט געזאָגט... ער רופט אַ חלוץ צו - "גיי גלייך

און זוך אַ בונקער אויף דאָ אין דעם הויף און פיר אַריין זיי!" איך נעם יצחקן פאַרן האַנט אָן - "הער,

יצחק!" און איך דריק אים פעסט די האַנט, ער רויטלט זיך... "יצחק! איך וויל דאָ זיין מיט אייך,

צבי - אויב ער װיל... ער אויך! ער וויל ניט גיין... יצתק!" און ס́קומט אַריין אַ חלוץ און פאַרטיילט געווער.

פאַר מיר איז ניט געוועזן, גאָר נישט... נאָר ס́איז פאַר מיר, פאַר מיר געוועזן אַלץ! הגם צו שפּעט...

ניין, ניין! ס́איז קיינמאָל ניט צו שפּעט! דער לעצטער ייד - קוים לייגט אַוועק אַ רוצח ראַטעוועט זיין פאָלק!

מען קען אַ פאָלק אַן אויסגעהרגעטן שוין ראַטעװען דאָך אויך... ראַטעוועט! איך האָב צו זיי גערעדט,

איך האָב געשטאַרקט זיי, יאָ! אי זיי אי מיך געשטאַרקט, איך האָב צו זיי גערעדט, געוואונטשן זיי דערפאָלג.

זיי האָבן זיך צעשטעלט, חלוצים אויף דער וואַך, האַרט ביי דער טיר, אין אַלקער און העכער אויף אַ טרעפּ,

לעם פענצטער האָט ווער אויסגערופן שטיל אַלץ וואָס אין גאַס קומט פאָר, איך האָב געקוקט פאַרשטיינערט אין אַ שויב,

זי איז אַרויס צום אומשלאַק... וויי מיר, מען פירט זיי שוין פאַרשוויגענע, אַראָפּגעלאָזן טיף די קעפּ

אָ, יידן מיינע, לעצטע מיינע פון מיין פאָלק, פאַרוואָס בין איך ניט בלינד? פאַרוואָס בין איך נישט טויב?

שאַט, אַ געלאָף, זשאַנדאַרמען צוויי אַנטלויפן לענג אויס די גאַס, ס́קומען צריק באַלד מער, זײ צינדן אונטער אַ געביי.

אַ הייזל קליין צעפלאַקערט זיך אַנטקעגן מיינע פענצטער, אַ פייערלעשער שלעכט אָנשטאָט צו לעשן - בלאָזט

די פלאַם פונאַנדער, ר́גייט צום דײטש צו, רעדט צו אים אויף פּויליש: דאָ האָבן זיך באַהאַלטן גאַנצע דריי!

מען שלעפּט אַרויס זיי - און ס́רויטלט זיך דער שניי װייס און ס́רויכלט װאַרם זיך אין פראָסט.

שאַט, שאַט! מען איז שוין דאָ ביי אונדז! איך זע דאָס פּנים ניט פון דייטש, זיין פּלייצע נאָר,

ס́האָט קיינער אים, דעם דייטש, אין פּלייצע ניט געשאָסן, ער האָט אַ קויל באַקומען אין דער ברוסט,

עס פאַלט דער צווייטער אויך - "די יודען שיסן!" האָט באַוויזן ווער פון זיי דערשטוינט אַ רוף טאָן, יאָ, טאַקע װאָר!

זכריה, דו! און אליעזר, דאָ - חלוצים! און אויף דער ניזקאַ - שומרים. יאָ, איר, איר! זיי האָבן ס́ניט געוואוסט ...

  • Artist:Itzhak Katzenelson
  • Album:דאָס ליד פונעם אױסגעהרגעטן ײדישן פאָלק
Itzhak Katzenelson more
  • country:Poland
  • Languages:Yiddish, Hebrew, English
  • Genre:Poetry
  • Official site:
  • Wiki:https://en.wikipedia.org/wiki/Itzhak_Katzenelson
Itzhak Katzenelson Lyrics more
Excellent Songs recommendation
Popular Songs
Artists
Songs