מענשן-פֿרעסער [Mentshn-Fresser] [Transliteration]

Songs   2024-11-27 05:04:32

מענשן-פֿרעסער [Mentshn-Fresser] [Transliteration]

גאָר אַ שרעקלעכע מגפֿה

גײט פֿון לאַנד צו לאַנד

מיט דער שנעלקײַט פֿון אַ שׂריפֿה

פֿון אַ פֿײַערבראַנד

מאַכטלאָז איז דעם מענטשנס זינען

ס׳בלײַבט די חכמה שטיל

ס׳איז קײן מיטל צו געפֿינען קעגן

אַ באַציל

[chorus:]

מיקראָבן, באַצילן, וואָס ווילט איר?

זאָגט, וועמעס שליחות דערפֿילט איר?

איר פֿרעסט די קרבנות גאָר אָן אַ רחמנות

אין בליענדע לעבן נאָר צילט איר

איר באָדט זיך אין טרערן פֿון ווײנער

איר ציט אויס דעם מאַרך פֿון די בײנער

איר סמט די געדערים, איר קריכנדע ווערעם

מיקראָבן, באַצילן, וואָס ווילט איר?

אין די לונגען טיף באַגראָבן

וווינט די בלאַסע פּעסט

די באַצילן, די מיקראָבן

בויען זײער נעסט

פֿרעסן אונדזער לײַב און לעבן

פֿרוכפּערן זיך פּעק

און מיר מוזן זעלבסט פֿאַרשוועבן

פֿאַר דער צײַט אַוועק

און מיר פֿילן ווי מיר גײען

שטיל און לאַנגזאַם אויס

און די שמערצן און די ווײען

זענען שרעקלעך גרויס

און די פֿינטצטערע מחשבֿות

גרעסערן דעם שמאַרץ

יאָרן ליגט דער מלאך-המװת

טיף בײַ אונדז אין האַרץ

[chorus:]

מיקראָבן, באַצילן, וואָס ווילט איר?

זאָגט, וועמעס שליחות דערפֿילט איר?

איר פֿרעסט די קרבנות גאָר אָן אַ רחמנות

אין בליענדע לעבן נאָר צילט איר

איר באָדט זיך אין טרערן פֿון ווײנער

איר ציט אויס דעם מאַרך פֿון די בײנער

איר סמט די געדערים, איר קריכנדע ווערעם

מיקראָבן, באַצילן, וואָס ווילט איר?

דרויסן זענען דאָ וואַמפּירן

אום צו לעבן גוט

אונדזער פּראַצע זײ ראַבירן

טרינקען אונדזער בלוט

און פֿאַרשלעפּן אין די זומפּן

אונדזער אויג אין קאָפּ

אוי, איר נידעריקע לומפּן

אײַך האַלט קײן זאַך אָפּ

און צעקריפּלטע און טויטע

פֿאַלן דאָ און דאָרט

נײַע לעבנס אָנגעגרײטע

פֿילן אויס דעם אָרט

און אין גרויסע טיפֿע קבֿרים

פּאַקט מען לײַכעס פֿיל

און די הערשער, די קײסאָרים

שפּילן שאַכמאַט שפּיל

[chorus:]

מיקראָבן, באַצילן, וואָס ווילט איר?

זאָגט, וועמעס שליחות דערפֿילט איר?

איר פֿרעסט די קרבנות גאָר אָן אַ רחמנות

אין בליענדע לעבן נאָר צילט איר

איר באָדט זיך אין טרערן פֿון ווײנער

איר ציט אויס דעם מאַרך פֿון די בײנער

איר סמט די געדערים, איר קריכנדע ווערעם

מיקראָבן, באַצילן, וואָס ווילט איר?

(2x)

Daniel Kahn & The Painted Bird more
  • country:United States
  • Languages:English, Yiddish, Russian
  • Genre:
  • Official site:
  • Wiki:https://de.wikipedia.org/wiki/Daniel_Kahn_%26_The_Painted_Bird
Daniel Kahn & The Painted Bird Lyrics more
Daniel Kahn & The Painted Bird Also Performed Pyrics more
Excellent Songs recommendation
Popular Songs
Artists
Songs