טו. נאָך אַלעמען [o. nokh alemen] [German translation]

Songs   2024-07-07 20:32:46

טו. נאָך אַלעמען [o. nokh alemen] [German translation]

די ענד. דער הימל פלאַקערט אין די נעכט, ער װיקלט אין אַ רויך בייטאָג זיך און צינדט ביינאַכט זיך ווידער אָן, אַ שרעק!

להבדיל ווי דער מדבר, ווילד, אין אונדזער פריסטן אָנהייב: בייטאָג אַ וואָלקן־זייל און העל אַ פייער־זייל

בײנאַכט -

מיין פאָלק, ער איז אין פרייד, געשטאַרקט אין גלויבן, אַ לעבן יונג אַנטקעגן דאַן געגאַנגען, און יעצט - אַ סוף, אַן עק ...

מען האָט אונדז אויסגעהרגעט אַלע אויף דער ערד, פון קליין ביז גרויס, מען האָט אונדז אַלעמען דאָ אומגעבראַכט.

פאַרוואָס? אָ, פרעגט ניט, קיינער ניט - פאַרוואָס? ווייל יעדער ווייס עס, פון דעם בעסטן ביז דעם ערגסטן גוי -

דער ערגסטער האָט די דייטשן צוגעהאָלפן, דער בעסטער האָט צוגעקוקט זיך מיט איין אויג, געמאַכט זיך... אַז ער שלאָפט -

ניין, ניין, ס́וועט קיינער ניט קיין רעכנשאַפט פאַרלאַנגען, ניט נאָכפאָרשן, ניט פרעגן זיך: פאַרוואָס אַזוי?

אונדזער בלוט איז הפקר, מען מעג פאַרגיסן אים, מען קען אונדז אומברענגען, דערמאָרדן אומבאַשטראָפט.

ביי די פּאָליאַקן האָבן זיי געזוכט די פרייהייטס־קעמפער, נאָר די אויף וועמען ס́איז געפאַלן קוים אַ חשד

אַז ער איז טריי זיין פאָלק ... די רוסן האָט מען אויסגעהרגעט מערער נאָך אין דערפער און אין אַלע שטעט -

"פּאַרטיזאַנער!" ביי אונדז האָט מען געהרגעט קינדער אין די וויגן, אַזעלכע וואָס די מאַמע האָט נאָך ניט געהאַט,

מען האָט געפירט אונדז אַלע אין טרעבלינקי, און פאַרן טויט אונדז, געוואָנדן זיך, צו אונדז גערעדט:

"איר טוט זיך אויס דאָ, לײגט די קליידער אויף אַן אָרט, די שיך צו פּאָר, לאָזט איבער אַלץ דאָ וואָס איר האָט,

איר וועט דאָך אַלץ נאָך דאַרפן, די קליידער און די שיך און אַלץ, אַלץ װאָס איר לאָזט דאָ איבער, איר קומט דאָך באַלד צוריק!

איר זענט פון וועג, אַיאָ? פון וואַרשע? פון פּאַריז? פון פּראָג? פון סאַלאָניקי? גייט נעמט אַ באָד!"

און ס́ווערן טויזנט אין אַ זאַל אַריינגעלאָזן... און טויזנט וואַרטן נאַקעט ביז די ערשטע טויזנט ווערט דערשטיקט.

אַזוי האָט מען אונדז אומגעבראַכט, פון גריכנלאַנד ביז אין נאָרוועגיען און ביז פאַר מאָסקווע - ביי זיבן מיליאָן,

ניט רעכענענדיק קינדער יידישע אין בייכער, אַליין די שוואַנגערע, די ערב־מאַמעס קומען אין באַטראַכט,

און בלייבט אַ ייד ווײט אין אַמעריקע, אין ארץ־ישראל נאָענט - מאָן אויך די קינדער ביי דער וועלט, מאָן, מאָן

די ניט געבוירענע נאָך און דערהרגעט, מאָן די דערשטיקטע מיט דער מאַמען אין דער מאַמעס טראַכט.

פאַרוואָס? עס פרעגט ניט, קיינער ניט אויף דר́ערד, און אַלץ, אַלץ פרעגט: פאַרװאָס? הער, הער!

יעדע וואוינונג װיסט אין חרובע אין מויערן, אין טויזנט שטעט און שטעטלעך טויזנטער און מערער פרעגט:

פאַרוואָס? הער, הער: ווייל וויסטע דירות זענען לאַנג ניט וויסט, און היימען, היימען לערע זענען לאַנג ניט לער -

עס קלייבט אַן אַנדער פאָלק אַהער אַריין זיך און מענטשן אַנדערע, אַן אַנדערע אַ שפּראַך און אַנדערע די נעכט און טעג.

עס וועט די זון מער אין איר אויפשטייג איבער קליין אַ שטעטעלע אין ליטע און אין פּוילן ניט טרעפן שוין אַ ייד

אַ ליכטיקן אין פענצטער, אַן אַלטיטשקן, אַ זאָגנדיקן אַ קאַפּיטל תהילים און אַ צווייטן גייענדיק אין שול -

עס וועלן אַלץ נאָך פּויערן אין פורן אויף אַלע וועגן איר אַנטקעגן פאָרן, זיי וועלן אַלץ נאָך פאָרן צום יאַריד,

אַזוי פיל גויים – גװאַלד! מערער נאָך ווי פריער! און דער מאַרק, דער מאַרק איז טויט! דער מאַרק איז פול און איז ניט פול!

עס װעט אַ ייד ניט מער באַשיינען די יאַרידן װײט אַרוט, ציט מער באַלעבן זיי, ניט מער אַריינבלאָזן אין זיי אַ גייסט

און ס́װעט ניט מער צעפאָכן זיך אַ יידישע קאַפּאָטע איבער מערק מיט זעק קאַרטאָפל, מעל און קאַשעס, און אַ האַנט

אַ יידישע װעט ניט אַ הייב טאָן און אַ טאַפּ טאָן װייך אַ הון, אַ קעלבל ניט קײן גלעט טאָן... דאָס פּויערל אַ

שיכורער, ער שמײסט

זײן פערדעלע אין צער, ער שלעפּט די פולע פור צוריק אין דאָרף אַריין... ניטאָ! ניטאָ קיין יידן מער אין לאַנד!

און קינדער יידישע - זײ װעלן זיך ניט אױפכאַפּן פון שלאָף שוין, פון חלומות ליכטיק יעדן אין דער פרי -

ניט גיין אין חדר מער, ניט מער פאַרקוקן זיך אויף פײגעלעך, ניט שטיפן מער, ניט שפּילן זיך אין זאַמד,

אָ, יינגעלעך, איר יידישע, אָ, שיינענדיקע אויגעלעך! מלאכימלעך... פון װאַנען איר? פון הי? און נישט פון הי!

אָ, שאָנקעװדיקע מײדעלעך, איר ליכטיקע, איר ציכטיקע, כאָטש איינגעריכט די פּנימלעך און נישט פאַרקאַמט.

ניטאָ זיי שוין! אָ, פרעגט ניט דאָרט אויף יענע זייטן ים, ניט פרעגט זיך אויף כתרילעװקע, ניט אויף יעהופּעץ ... לאָזט געמאַך!

זוך ניט קיינער, ניט די מנחם־מענדעלעך, די טוביה־מילכיקערס, די שלמה נגידס, די מאָטקע גנבס, אָ ניט זוך!

זיי װעלן דיר, ווי די נביאים דיינע, ווי ישעיה, ירמיה, יחזקאל, װי הושע, עמוס פון דעם אייביקן תנ"ך,

אַרויסוויינען אַזוי פון ביאַליקן, אַרויסריידן צו דיר פון שלום־עליכמען, פון שלום אַשס אַ בוך.

עס װעט דאָס קול פון תורה זיך ניט לאָזן הערן פון ישיבות מער, פון קיין בית־מדרש, און בחורימלעך בלאַס,

געאײדלטע אין לערנען, אין פאַרטיפן זיך אין דער גמרא, אין פאַרטראַכטן זיך... נײן, ניין, ניט בלאַס, עס איז אַזאַ אַ שיין!

פאַרלאָשן שױן... רבנים, ראשי ישיבות, יידן לערנער, גאונים דאַר און קוואַר און שװאַך און אָנגעפילט מיט ש"ס.

מיט פּוסקים, קלײנע יידעלעך מיט גרויסע קעפּ, מיט הױכע שטערנס, אויגן קלאָר - ניטאָ זיי שױן, זײ װעלן מער ניט זייז.

עס וועט אַ מאַמע ניט פאַרװיגן מער אַ קינד, מען װעט ניט שטאַרבן שוין ביי יידן און ניט געבוירן ווערן מער,

ניט געזונגען װערן וועלן לידער האַרציקע פון יידישע פון דיכטער, פון שרייבער גרויסע, שוין פאַרביי, פאַרביי!

און יידישע טעאַטער װעלן מער ניט זיין שוין, מען װעט ניט לאַכן דאָרט, ניט לאָזן שטיל אַ טרער,

און מוזיקער און מאָלער יידישע, באַרטשינסקיס, זײ װעלן מער אין פרײד און לײד ניט שאַפן, ניט זוכן װעגן

ניי.

און ס́וועלן יידן אין די שטעט ניט שטיין אין קאַמף שוין, ניט מקריב זיין זיך מער פאַר יענעמס וואויל,

מען װעט ניט היילן מער. ניט לינדערן אַ פרעמדן ווייטיק, ניט פילנדיק דעם אײגענעם, דעם שמאַרץ,

אַ, נאַרישער דו גוי, דו אויך האָסט פון אַ זייט אין ייד אַריינגעשאָסן, און דיך, דיך אױך געטראָפן האָט די קויל!

אַ, ווער וועט העלפן דיר,די לענדער דיינע בויען? ווער װעט אַזוי אַ סך אַוועקגעבן נשמה דיר און האַרץ?

און מיינע קאָמוניסטן היצקעפּ װעלן זיך ניט אַמפּערן שוין מער, ניט קריגן זיך מיט מיינע מאַסן פונעם בונד,

און ביידע זיי מיט מיינע פרייסטע, מיט די טרײסטע מײנע, װאָס האָבן גאַנץ דעם יאָך אויף זיך געשלעפּט -

חלוצים יידישע! זיי האָבן זיך דער וועלט אַוועקגעשאָנקען און ניט פאַרלאָזן זי די אייגענע די װאונד,

כ́האָב צוגעקוקט זיך צו די קריגערייען און געװייטיקט... נאָר װאָלט איר װייטער זיך אַרומגעריסן, אַבי איר וואָלט געלעבט!

וויי מיר, ניטאָ ניט קײנער שוין ... געווען אַ פאָלק, געװען, און שוין ניטאָ... געווען אַ פאָלק, געווען, און שוין... שוין אױס!

אַ מעשהלע ,אַזאַ עס הײבט פון חנמשל זיך אָן און ביז, ביז יעצט... אַ מעשהלע גאָר טרויעריק, װער זאָגט אַז שיין?

אַ מעשה פון עמלקן און ביז אַן ערגערן פון אים, דעם דײטש... אָ, הימל װייט, אָ, ברייט די ערד, אָ, ימים גרויס -

ניט באַלט צוזאַמען אין אײן קנויל זיך און ניט פאַרניכט די שלעכטע אויף דער ערד, זאָלן זײ פאַרניכטן זיך אַלײן!

  • Artist:Itzhak Katzenelson
  • Album:דאָס ליד פונעם אױסגעהרגעטן ײדישן פאָלק
Itzhak Katzenelson more
  • country:Poland
  • Languages:Yiddish, Hebrew, English
  • Genre:Poetry
  • Official site:
  • Wiki:https://en.wikipedia.org/wiki/Itzhak_Katzenelson
Itzhak Katzenelson Lyrics more
Excellent Songs recommendation
Popular Songs
Artists
Songs