רייזעלע [Reyzele] [Transliteration]
רייזעלע [Reyzele] [Transliteration]
שטייט זיך דאָרט אין געסעלע
שטיל פֿאַרטראַכט אַ הייַזעלע
דרינען אויפֿן בוידעם שטיבל
וווינט מייַן טייַער רייזעלע
יעדן אָוונט פֿאַרן הייַזל
דריי איך זיך אַרום
כ´גיב אַ פֿייַף און רוף אויס רייזל
קום קום קום
עפֿנט זיך אַ פֿענצטערל
וואַכט אויף ס´אַלטע הייַזעלע
און באַלד קלינגט אין שטילן געסל
אַ זיס קול ס´רעדט רייזעלע
נאָך אַ ווייַלע וואַרט מייַן ליבער
באַלד ווער איך זייַן פֿרייַ
גיי זיך נאָך אַ פּאָר מאָל איבער
איינס צוויי דרייַ
גיי איך מיר אַ פֿריילעכער
זינג און קנאַק מיר ניסעלעך
הער איך אויף די טרעפּלעך שפּרינגען
אירע דראָבנע פֿיסעלעך
שוין אַראָפּ פֿון לעצטן טרעפּל
כ´נעם זי ליב אַרום
כ´גיב איר שטיל אַ קוש אין קעפּל
קום קום קום
כ´וויל דיך בעטן דודל
זאָלסט אַרויף נישט פֿייַפֿן מער
הערסט ער פֿייַפֿט שוין זאָגט די מאַמע
זי איז פֿרום ס´פֿאַרדריסט זי זייער
פֿייַפֿן זאָגט זי איז נישט ייִדיש
ס´פּאַסט נאָר בלויז פֿאַר זיי
גיב אַ צייכן פּראָסט אויף ייִדיש
איינס צוויי דרייַ
כ´וועל פֿון הייַנט נישט פֿייַפֿן מער
דערויף גיב איך אַ שבֿועהלע
דיר צוליב וועל איך אַפֿילו
ווערן פֿרום מייַן צנועהלה
כ´וועל זייַן ווען דו ווילסט נאָר רייזל
ווי דייַן מאַמע פֿרום
יעדן שבת גיין אין קלייַזל
קום קום קום
כ´גלייב עס דיר מייַן ליבינקער
און דערפֿאַר דיר דודל
שטריק איך אַ שיין תּפֿילין זעקל
מיט אַ מגן דודל
ווען געפֿעלן ס´וועט אין קלייַזל
זאָגן זאָלסטו זיי
ס´האָט געשטריקט מייַן ליבע רייזל
איינס צוויי דרייַ
כ´דאַנק פֿאַר דייַן מתּנהלה
כ´ליב אַזוי דיך רייזעלע
כ´ליב דייַן מאַמען כ´ליב דאָס געסל
כ´ליב דאָס אַלטע הייַזעלע
כ´ליב די שטיינדלעך לעבן הייַזל
טרעטסט אויף זיי אַרום
הער דייַן מאַמע רופֿט שוין רייזל
קום קום קום
גיי איך מיר אַ פֿריילעכער
זינג און קנאַק מיר ניסעלעך
הער איך אויף די טרעפּלעך לויפֿן
אירע דראָבנע פֿיסעלעך
ווידער שטייט פֿאַרטראַכט דאָס הייַזל
ס´געסל ווידער שטום
קום צו מיר אין חלום רייזל
קום קום קום
- Artist:Mordechai Gebirtig