שפֿרהלעס פּאָרטרעט [Shifreles portret] [Transliteration]
Songs
2024-12-29 01:13:03
שפֿרהלעס פּאָרטרעט [Shifreles portret] [Transliteration]
אױף דער װאַנט, לינקס פֿון מײַן בעט
הענגט מײַן טאָכטער שפֿרהלעס פּאָרטרעט
אַפֿט מאָל אין דער מיט דער נאַכט
װען איך בענק נאָך איר און טראַכט
זע איך װי זי קוקט אױף מיר,
הער איך װי זי רעט
“טאַטעשי, איך װײס ס'איז דיר באַנג
ס'װעט דער קריג שױן ניט געדױערן לאַנג
קומען װעל איך באַלד צו דיר
ס'קלאַפּט דער פּרילינג שױן אין טיר.”
שמײכלט ליב צו מיר און רעט,
שפֿרהלעס פּאָרטרעט.
- Artist:Mordechai Gebirtig