אונטער די חורבֿות פֿון פּױלן [דאָליע] [Unter di khurves fun Poyln [Dolye]] [Transliteration]

Songs   2024-06-29 08:10:48

אונטער די חורבֿות פֿון פּױלן [דאָליע] [Unter di khurves fun Poyln [Dolye]] [Transliteration]

אונטער די חורבֿות פֿון פּוילן

אַ קאָפּ מיט בלאָנדע האָר

דער קאָפּ און סייַ דער חורבן

ביידע זייַנען וואָר.

דאָליע מייַנע דאָליע,

דאָליע דאָליע מייַנע...

איבער די חורבֿות פֿון פּוילן

פֿאַלט און פֿאַלט דער שניי,

דער בלאָנדער קאָפּ פֿון מייַן מיידל

טוט מיר מסוכּן וויי.

דער ווייטיק זיצט בייַם שרייַבטיש

און שרייַבט אַ לאַנגן בריוו

די טרער אין זייַנע אויגן

איז אמתדיק און טיף.

דאָליע מייַנע דאָליע,

דאָליע מייַנע דאָליע...

איבער די חורבֿות פֿון פּוילן

פֿלאַטערט אַ פֿויגל אום,

אַ גרויסער שיבֿעה פֿויגל

ער ציטערט מיט די פֿליגל פֿרום.

דער גרויסער שיבֿעה פֿויגל

(מייַן דערשלאָגן געמיט )

ער טראָגט אויף זייַנע פֿליגל

דאָס דאָזיקע טרויער ליד.

דאָליע מייַנע דאָליע,

דאָליע מייַנע דאָליע...

Itzik Manger more
  • country:Israel, Romania
  • Languages:Yiddish
  • Genre:Poetry
  • Official site:
  • Wiki:https://en.wikipedia.org/wiki/Itzik_Manger
Itzik Manger Lyrics more
Itzik Manger Also Performed Pyrics more
Excellent Songs recommendation
Popular Songs
Artists
Songs