?װי אַזױ [Vi Azoy?] [English translation]
Songs
2024-11-02 16:27:07
?װי אַזױ [Vi Azoy?] [English translation]
װי אזױ און מיט װאָס װעסטו פֿילן
?דײַן בעכער אין טאָג פֿון באַפֿרײַונג
ביסטו גרײט אין דײַן פֿרײד צו דאַרפֿילן
?דײַן פֿאַרגאַנגענהײַטס פֿינסטערע שרײַונג
װו עס גליװערן שאַרבנס פֿון טעג
?אין אַ תהום אָן אַ גרונט, אָן אַ דעק?
דו װעסט זוכן אַ שליסל צו פּאַסן
.פֿאַר דײַנע פֿאַרהאַקטע שלעסער
װי ברױט װעסטו בײַסן די גאַסן
.און טראַכטן׃ דער פֿריער איז בעסער
און די צײַט װעט דיך עקבערן שטיל
.װי אין פֿױסט אַ געפֿאַנגענע גריל
און ס׳װעט זײַן דײַן זכּרון געגליכן
.צו אַן אַלטער פֿאַרשאָטענער שטאָט
און דײַן דרױסיקער בליק װעט דאָרט קריכן
– – װי אַ קראָט, װי אַ קראָט
- Artist:Abraham Sutzkever