יאַנקעלע געהט אין שוהל אַרײן [yankele geht in shuhl areyn] lyrics

Songs   2024-12-27 17:04:43

יאַנקעלע געהט אין שוהל אַרײן [yankele geht in shuhl areyn] lyrics

1

עלענד, קלײן און נמאם, איז יאַנקעלע, גאָטעס זוהן,

און װי ֿפײנד האָבען איהם די אומות,

איהם קענען זײ גאָר ניט טהון,

גבורים מיט זײער גבורה,

קאָנען ניט געגען איהם בײשטעהן.

װיֿפיעל מאָל בײ װילדע טהירע, איז ער געלעגען אין די צײהן,

װיֿפיעל מאָל איז שױן געהאַנגען, איבער איהם די שאַרֿפע שװערד;

װיֿפיעל מאָל ֿפלעגט מען ֿפערלאַנגען, איהם אױסמעקען ֿפון דער ערד.

איהם העלֿפט ֿפון אַלע סכנות, עס זאָל איהם גאָר ניט זײן;

ֿפאַסט יאַנקעלע אַ תענית, און געהט אין שוהל אַרײן.

2

דעם שונא צו בעֿפאַהלען, קלײבט מען העלדען אױס.

מען גרײט אָן שפּיזען, ֿפײלען, חיל גאָר אַ גרױס.

ער דאַרף קײן שװערד אַֿפילו, ֿפאַסטען איז זײן געװעהר.

תשובה, צדקה ותֿפלה, דאָס איז זײן מיליטער.

זײן זיֿפץ ֿפון גאַנצען האַרצען, שיסט ביז אין הימעל אַרױף.

װי שוֿפרות הילכט זײן קרעכצע, מלאכים װעקט ער אױף.

זײ האַלטען ֿפאַר איהם מלחמה, די שונאים נעהמט ער אײן;

און ברײנגען איהם די נחמה, גלײך אין שוהל אַרײן.

3

דער טיגער איז ֿפון איהם מילדער, קײן טיגער ֿפרעסט ער ניט.

דער מענש איז ֿפון איהם װילדער, ער טרינקט נאָר מענשען־בלוט!

װאָס מענשען שטעלט צוֿפרידען, װאָס אַ רשע המן קען,

טױטען טױזענדער אידען, מיט אײן קריץ ֿפון דעם פּען.

לױֿפערס לױֿפען און יאָגען, עס ברענט אױף זײ די הױט.

זײ לױֿפען שנעל און טראָגען, אין די בריף דעם שרעקליכען טױט.

איהר װעט איהם שױן נישט טױטען, צערשטערט איז אײער פּלאַן;

װײל יאַנקעלע געהט יעצט בעטען, גלײך אין שוהל אַרײן.

Abraham Goldfaden more
  • country:Russia, Ukraine, United States
  • Languages:Yiddish
  • Genre:Poetry
  • Official site:https://archives.cjh.org//repositories/7/resources/3593
  • Wiki:https://en.wikipedia.org/wiki/Abraham_Goldfaden
Abraham Goldfaden Lyrics more
Excellent Songs recommendation
Popular Songs
Artists
Songs