יוגנט הימען [Yugnt himn] lyrics

Songs   2024-07-05 22:08:30

יוגנט הימען [Yugnt himn] lyrics

אונדזער ליד איז פֿול מיט טרױער

דרײסט איז אונדזער מונטערגאַנג

כאָטש דער שׂונא װאַכט בײַם טױער

שטורעמט יוגנט מיט געזאַנג

יונג איז יעדער יעדער יעדער

װער איס װיל נאָר

יאָרן האָבן קײן באָטײַט

אַלטע קענען, קענען, קענען

אױך זײַ ן קינדער

פֿון אַ נײַער, פֿרײַער צײַט

װער עס װאָגלט אום אױף װעגן

װער מיט דרײסטקײט ס’שטעלט זיין פֿוס

ברענגט די יוגנט זײ אַנטקעגן

פֿונעם געטאָ אַ גרוס

יונג איז יעדער יעדער יעדער

װער איס װיל נאָר

יאָרן האָבן קײן באָטײַט

אַלטע קענען, קענען, קענען

אױך זײַ ן קינדער

פֿון אַ נײַער, פֿרײַער צײַט

מיר געדענקען אַלע שונאים

מיר דערמאָנען אַלע פֿרײַנד

אײביק װעלן מיר פֿאַרבינדן

אונדזער נעכט מינט הײַנט.

יונג איז יעדער יעדער יעדער

װער איס װיל נאָר

יאָרן האָבן קײן באָטײַט

אַלטע קענען, קענען, קענען

אױך זײַ ן קינדער

פֿון אַ נײַער, פֿרײַער צײַט

קלײַבן מיר צונױף די גלידער .

װידער שטאָלן מיר די רײ

גײט אַ בױער, גײט אַ שמידער -

לאָמיר אַלע גײן מיט זײ

יונג איז יעדער יעדער יעדער

װער איס װיל נאָר

יאָרן האָבן קײן באָטײַט

אַלטע קענען, קענען, קענען

אױך זײַ ן קינדער

פֿון אַ נײַער, פֿרײַער צײַט

Shmerke Kaczerginski more
  • country:Lithuania
  • Languages:Yiddish
  • Genre:Poetry, Singer-songwriter
  • Official site:https://www.yadvashem.org/yv/he/exhibitions/music/postwar.asp
  • Wiki:https://en.wikipedia.org/wiki/Shmerke_Kaczerginski
Shmerke Kaczerginski Lyrics more
Shmerke Kaczerginski Also Performed Pyrics more
Excellent Songs recommendation
Popular Songs
Artists
Songs