מײַן צװאה - אָ גוטע פרײַנט [Mayn tsavoe - O, gute fraynt] [Transliteration]

Songs   2024-07-06 06:39:07

מײַן צװאה - אָ גוטע פרײַנט [Mayn tsavoe - O, gute fraynt] [Transliteration]

אָ גוטע פרײַנט ווען איך וועל שטאַרבן

טראָגט צו מײַן קבר אונדזער פאָן

די פרײַע פאָן מיט רויטע פאַרבן

באַשפּריצט מיט בלוט פון אַרבעטסמאַן

און דאָרט אונטער דער פאָן דער רויטער

זינגט מיר מײַן ליד מײַן פרײַע ליד

מײַן ליד אין קאַמף וואָס קלינגט ווי קייטן

פון דעם פאַרשקלאַפטן קריסט און ייִד

אויך אין מײַן קבר וועל איך הערן

מײַן פרײַע ליד מײַן שטורעם ליד

אויך דאָרט וועל איך פאַרגיסן טרערן

פאַר דעם פאַרשקלאַפטן קריסט און ייִד

און ווען איך הער די שווערדן קלינגען

אין לעצטן קאַמף פון בלוט און שמאַרץ

צום פאָלק וועל איך פון קבר זינגען

און וועל באַגײַסטערן זײַן האַרץ

David Edelstadt more
  • country:Russia
  • Languages:Yiddish
  • Genre:Poetry
  • Official site:
  • Wiki:https://en.wikipedia.org/wiki/David_Edelstadt
David Edelstadt Lyrics more
David Edelstadt Featuring Lyrics more
David Edelstadt Also Performed Pyrics more
Excellent Songs recommendation
Popular Songs
Artists
Songs