זאג ניט קײן מאל [Zog nit keyn mol] [Persian translation]

Songs   2024-09-28 08:11:43

זאג ניט קײן מאל [Zog nit keyn mol] [Persian translation]

זאג ניט קיין מאל אז דו גייסט דעם לעצטן וועג

כאטש הימלען בלייענע פארשטעלן בלויע טעג

קומען וועט נאך אונדזער אויסגעבענקטע שעה

ס'וועט א פּויק טאן אונדזער טראט – מיר זיינען דא

פון גרינעם פּאלמען־לאנד ביז ווייטן לאנד פון שניי

מיר קומען אן מיט אונדזער פּיין מיט אונדזער וויי

און ווו געפאלן ס'איז א שפּראץ פון אונדזער בלוט

שפּראצן וועט דארט אונדזער גבורה אונדזער מוט

ס'וועט די מארגן־זון באגילדן אונדז דעם היינט

און דער נעכטן וועט פארשווינדן מיטן פיינט

נאר אויב פארזאמען וועט די זון אין דער קאיאר

ווי א פּאראל זאל גיין דאס ליד פון דור צו דור

דאס ליד געשריבן איז מיט בלוט און ניט מיט בליי

ס'איז ניט קיין לידל פון א פויגל אויף דער פריי

דאס האט א פאלק צווישן פאלנדיקע ווענט

דאס ליד געזונגען מיט נאגאנעס אין די הענט

טא זאג ניט קיין מאל אז דו גייסט דעם לעצטן וועג

כאטש הימלען בלייענע פארשטעלן בלויע טעג

קומען וועט נאך אונדזער אויסגעבענקטע שעה

ס'וועט א פּויק טאן אונדזער טראט – מיר זיינען דא

Chava Alberstein more
  • country:Israel
  • Languages:Hebrew, Yiddish, Aramaic (Syriac Classical)
  • Genre:Pop-Folk
  • Official site:http://aviv2.com/chava/
  • Wiki:https://he.wikipedia.org/wiki/חוה_אלברשטיין
Chava Alberstein Lyrics more
Chava Alberstein Featuring Lyrics more
Chava Alberstein Also Performed Pyrics more
Excellent Songs recommendation
Popular Songs
Artists
Songs