כ׳װעל אױסטאָן די שיך [Kh´vel oyston di shikh] [English translation]
כ׳װעל אױסטאָן די שיך [Kh´vel oyston di shikh] [English translation]
כ׳וועל אויסטאָן די שיך און דעם טרויער
און קומען צו דיר צוריק,
אָט אַזוי, ווי איך בין אַ פֿאַרשפּילטער,
און שטעלן זיך פֿאַר דייַן בליק.
מייַן גאָט, מייַן האַר, מייַן באַשאַפֿער,
לייַטער מיך אויס אין דייַן שייַן.
אָט ליג איך פֿאַר דיר אויף אַ וואָלקן
פֿאַרוויג מיך און שלעפֿער מיך אייַן.
און רעד צו מיר גוטע ווערטער
און זאָג מיר אַז איך בין דייַן קינד.
און קוש מיר אַראָפּ פֿונעם שטערן
די צייכנס פֿון מייַנע זינד.
איך האָב דאָך געטאָן דייַן שליחות
און געטראָגן דייַן געטלעך ליד.
צי בין איך דען שולדיק וואָס ס׳גראַמט זיך
על פּי טעות ייִד מיט ליד.
צי בין איך דען שולדיק וואָס ס׳גראַמט זיך
על פּי טעות שיין מיט געוויין,
און די בענקשאַפֿט די אמתע בענקשאַפֿט
וואָגלט כּסדר אַליין.
צי בין איך דען שולדיק דערלויכטער
וואָס כ׳בין איצט דערשלאָגן און מיד
און לייג דיר אַוועק צופֿוסנס
דאָס דאָזיקע מידע ליד
מייַן גאָט, מייַן האַר, מייַן באַשאַפֿער,
לייַטער מיך אויס אין דייַן שייַן.
אָט ליג איך פֿאַר דיר אויף אַ וואָלקן
פֿאַרוויג מיך און שלעפֿער מיך אייַן.
- Artist:Chava Alberstein